Oyneg Shabes

שלמה המלך געוואָרן אַ בעטלער! (אַכצנטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

King Solomon’s Become a Beggar! (Chaper XVIII of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186679/

Aharon Gudelman

גייט ייִנגעלע־רינגעלע צום מלך אין פּאַלאַץ, וואָס אויף יענער זײַט טײַך, גייט ער און טראַכט: וואָס פֿאַר אַ קלוגער קעניג שלמה איז! דער קעניג וואָס אויף יענער זײַט טײַך מוז ניט זײַן אַזוי קלוג ווי שלמה. נאָר ער וועט קומען, וועט ער זען. אַדרבא, ער וועט בײַ יענעם קעניג אויף טשיקאַוועס פֿרעגן די רעטענישן, וואָס די מלכּה שבֿאָ האָט געפֿרעגט בײַ שלמהן, וועט ער זען, צי ער וועט זיי קענען טרעפֿן, צי ניט? און אַז ער וועט ניט טרעפֿן, וועט ער זאָגן צו אים:

— נו, און דו, ייִנגעלע־רינגעלע, ווייסט די רעטענישן?

וועט ער ענטפֿערן:

— אַוודאי ווייס איך, אַדוני קעניג! אַז איך וואָלט ניט וויסן, וואָלט איך ניט געפֿרעגט.

וועט דער קעניג זאָגן:

— נו, טאָ זאָג!

וועט ייִנגעלע זאָגן:

— וואָס וועסטו מיר דערפֿאַר געבן, אַדוני קעניג?

וועט דער קעניג פֿרעגן:

— זאָג, וואָס ווילסטו?

וועט ייִנגעלע זאָגן:

— גיב מיר דאָס פֿײַפֿעלע, מיט וואָס דו רופֿסט אַרויס די מכשפֿים און מכשפֿות פֿון צויבער־אינדזל.

וועט דער קעניג זאָגן:

— דאָס גאָר, ייִנגעלע? אפֿשר ווילסטו נאָך עפּעס?

וועט ייִנגעלע זאָגן:

— איך וויל, אַז דו זאָלסט זײַן גוט צו דײַן פֿאָלק.

אָבער דער קעניג איז אַ שלעכטער, וועט ער זאָגן:

— ניין, דאָס קאָן איך דיר ניט טאָן.

און מיט כּעס זיך אַ הייב טאָן פֿון טראָן.

און ייִנגעלע־רינגעלע וועט אים ניט זאָגן, וואָס די רעטענישן זענען, און ער וועט אַוועקגיין צוריק צום קעניג שלמה און הערן ווידער זײַן חכמה און זען ווידער זײַן גרויסקייט. יאָ! און ער וועט ניט פֿאַרגעסן צו בעטן בײַ שלמהן, ער זאָל אים ווײַזן זײַן וווּנדער־רינג. וואָרעם דער זיידע האָט אים אויך דערציילט, אַז שלמה המלך האָט געהאַט אַ וווּנדער־רינג, מיט וועלכן ער האָט אַלצדינג אין דער וועלט געקענט טאָן. פֿריִער, אַז ער איז געווען מיט דער מלכּה שבֿאָ בײַ שלמהן, האָט ער גאָר פֿאַרגעסן צו בעטן בײַ אים דעם רינג אַ קוק טאָן. אַז ער וועט אָבער בײַ אים זײַן נאָך אַ מאָל, וועט ער שוין ניט פֿאַרגעסן, און ער וועט אויספּרוּוון, וועלכער רינג קען אויפֿטאָן מער וווּנדער, זײַנער, צי שלמהס?

אָט אַזוי איז ייִנגעלע־רינגעלע געגאַנגען און האָט געטראַכט. מיט אַ מאָל דערהערט ער איינער שרײַט פֿון הינטן:

— אַני שלמה, איך בין שלמה המלך!

ייִנגעלע־רינגעלע האָט גלײַך דערקענט דאָס קול, אַז עס איז שלמה המלכס, נאָר ער דרייט זיך אום אַ קוק צו טאָן, זעט ער, אַז עס איז גאָרניט שלמה, גאָרניט דער, וועלכן ער האָט געזען זיצנדיק אויפֿן טראָן אין דעם גלעזערנעם פּאַלאַץ מיט דער קרוין אויפֿן קאָפּ! ווער דען שרײַט דאָס? עפּעס איינער אַ בעטלער, וואָס איז אַ שרעק צו קוקן אויף אים.

אָבער דער בעטלער הערט ניט אויף צו שרײַען: אַני שלמה, איך בין שלמה המלך! טראַכט ייִנגעלע־רינגעלע: אַוודאי אַ משוגענער, וועלכער האָט זיך אײַנגערעדט, אַז ער איז שלמה המלך! אָבער ניין, עס איז פֿאָרט שלמהס קול! וווּנדערט זיך ייִנגעלע־רינגעלע און ער קאָן ניט פֿאַרשטיין.

און דער בעטלער גייט אַלץ און גייט און שרײַט: אַני שלמה, איך בין שלמה המלך! און ער האָט זיך אַלץ דערנענטערט צו ייִנגעלע־רינגעלע. און אַז ער איז צוגעקומען נאָענט צו אים, האָט ער אויסגעשריגן נאָך העכער:

— ייִנגעלע־רינגעלע, דו דערקענסט מיך גאָר ניט? איך בין דאָך שלמה המלך! דו ביסט דאָך בײַ מיר אַליין געווען מיט דער מלכּה שבֿאָ!

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:

— נאָכן קול דערקען איך דיך, אָבער נאָכן אויסזען ניט.

זאָגט דער בעטלער צו אים:

— לאָמיר זיך זעצן, ייִנגעלע־רינגעלע, אָט דאָ אויפֿן שטיין, וועל איך דיר דערציילן אין קורצן אַלץ וואָס מיט מיר האָט געטראָפֿן, וועסטו וויסן פֿאַר וואָס איך זע אַזוי אויס.

האָבן זיי זיך ביידע אַוועקגעזעצט אויפֿן שטיין, און דער בעטלער, וואָס האָט געזאָגט, אַז ער איז שלמה, האָט גענומען דערציילן:

— ווייסט דאָך, ייִנגעלע־רינגעלע, אַז איך האָב אַלצדינג אין דער וועלט געקענט קריגן, קריגן און מאַכן אַלע זאַכן, וואָס מײַן האַרץ גלוסט נאָר. האָסט מסתּמא געהערט פֿון מײַן וווּנדער־רינג?

— יאָ, יאָ, אַוודאי האָב איך געהערט! — האָט ייִנגעלע־רינגעלע געזאָגט, — דער זיידע האָט מיר אַלצדינג דערציילט. וועגן דײַן וווּנדער־רינג אויך. איך האָב אויך אַ וווּנדער־רינגעלע. געדענקסט, האָסט מיך געבעטן, איך זאָל בײַ דיר בלײַבן און בויען פֿאַר דיר שיפֿן מיט מײַן רינגעלע?

— איך ווייס און געדענק, — האָט געענטפֿערט דער בעטלער, וואָס ער האָט געזאָגט, אַז ער איז שלמה, — אָבער הער זיך אײַן, וואָס איך וויל דיר דערציילן. איך האָב אַלצדינג אין דער וועלט געקענט קריגן. עס איז אָבער געווען איין זאַך אויף דער וועלט, וואָס עס איז מיר שווער געווען צו קריגן: דאָס איז געווען דער שאָמיר, אַזאַ טײַערער בריליאַנט, וואָס איז האַרטער פֿון שטאָל און שאַרפֿער פֿון דימענט. ווייסט דאָך, ייִנגעלע, אַז פֿון שטאָל מאַכט מען די שאַרפֿסטע מעסערס, וואָס מען קען מיט זיי שנײַדן האָלץ און אַנדערע זאַכן. און דאָס ווייסטו מסתּמא אויך, אַז מיט אַ דימענט קען מען שנײַדן גלאָז. אָבער מיטן שאָמיר, וואָס איך זאָג דיר, קען מען שנײַדן שטיינער און שפּאַלטן בערג.

— אַזאַ שאַרפֿע זאַך איז דאָס? — האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע געוווּנדערט.

— יאָ, יאָ! — האָט געענטפֿערט דער בעטלער, וואָס ער זאָגט, אַז ער איז שלמה המלך, — אַזאַ שאַרפֿע זאַך איז דאָס, און איך האָב דאָס געדאַרפֿט האָבן נייטיק ווי לעבן, ווײַל איך האָב געדאַרפֿט בויען דעם בית־המקדש פֿון שטיינער, וועלכע האָבן געדאַרפֿט זײַן ניט מיט אַ זעג געזעגט און ניט מיט אַ האַק געהאַקט און ניט מיט אַ האַמער געקלאַפּט. הײַנט וווּ זשע קריג איך דעם שאָמיר? האָט מען מיר געזאָגט, אַז נאָר דער אַשמדאַי, דער קעניג פֿון די שדים, ווייסט וווּ דאָס איז. נו, האָב איך מיט מײַן וווּנדער־רינג געפּאַקט דעם אַשמדאַי און אים פֿאַרנאַרט אין מײַן פּאַלאַץ אַרײַן און ער האָט שוין מיר געמוזט אויסזאָגן, וווּ דער שאָמיר געפֿינט זיך.

— איז אַ לאַנגע מעשׂה צו דערציילן, ייִנגעלע־רינגעלע, און איך ווייס דאָך, אַז דו אײַלסט זיך, דו גייסט צום מלך, וואָס אויף יענער זײַט טײַך, נו, מאַך איך דאָס בקיצור. דעם אַשמדאַי האָט פֿאַרדראָסן, וואָס איך האָב אים פֿאַרנאַרט אין מײַן פּאַלאַץ אַרײַן און וואָס איך האָב בײַ אים אַרויסגעקראָגן דעם סוד וועגן דעם שאָמיר. אַחוץ דעם האָט ער מיר אויך ניט פֿאַרגונען מײַן גרויסקייט. זאָגט ער צו מיר איין מאָל: „גיב מיר, שלמה, דײַן רינג, וועל איך דיר ווײַזן וואָס איך קען‟. האָב איך אים געגעבן, און ווי איך האָב אים געגעבן, אַזוי האָט ער צעשפּרייט זײַנע פֿליגלען, אַזוי צעשפּרייט, אַז ער האָט דערלאַנגט דעם הימל, און עס איז פֿינצטער געוואָרן, אַזוי פֿינצטער, אַזש מען האָט גאָרנישט ניט געקענט זען. האָט ער אויפֿגעעפֿנט זײַן מויל און מיך אַ שלונג געטאָן און גלײַך צוריק אויסגעשפּיגן און פֿאַרשלײַדערט מיך ווײַט־ווײַט, איבער פּוסטע וועלדער און וויסטע פֿעלדער, און ער אַליין, דער אַשמדאַי, איז אַוודאי געבליבן זיצן אין מײַן פּאַלאַץ אויף מײַן טראָן מיט מײַן קרוין אויף זײַן קאָפּ, און איך גיי אַרום פֿון לאַנד צו לאַנד, פֿון שטאָט צו שטאָט, גיי אַרום איבער די הײַזער און בעטל ברויט, איך גיי אַרום און איך שרײַ: אַני שלמה, איך בין שלמה המלך! אָבער קיינער גלייבט מיר ניט. אַלע האַלטן מיך פֿאַר אַ משוגענעם, און צעלאָזענע יונגען לויפֿן מיר נאָך און וואַרפֿן אויף מיר שטיינער און שרײַען: אָט איז דער משוגענער, וואָס ער זאָגט, אַז ער איז שלמה! וואָרעם זיי זאָגן אַלע, אַז שלמה זיצט דאָך אין פּאַלאַץ, זיצט אויפֿן טראָן מיט דער קרוין אויפֿן קאָפּ. זיי ווייסן ניט, אַז דאָס זיצט דער אַשמדאַי אויף מײַן אָרט. זיי ווילן מיך ניט דערקענען. דו האָסט מיך כאָטש נאָך מײַן שטים דערקענט, און זיי ווילן גאָרניט דערקענען. וואָס זאָל איך טאָן?

און ער האָט זיך צעוויינט, און דעם ייִנגעלע האָט דאָס האַרץ פֿאַרקוועטשט און ער האָט אויף אים גרויס רחמנות געקראָגן און ער האָט געזאָגט צו אים:

— וויין ניט, קעניג! איך גלייב דיר, אַז דו ביסט שלמה. עס איז גאָרנישט, וואָס דו זעסט אויס ווי אַ בעטלער. דאָס איז דערפֿאַר וואָס דער אַשמדאַי האָט פֿון דיר אַראָפּגעשלעפּט דײַנע קעניגלעכע קליידער און זיי אַליין אָנגעטאָן. קום, איך האָב דאָך מײַן וווּנדער־רינגעלע, וועל איך דיר שוין העלפֿן. איך וועל אַרויסטרײַבן דעם אַשמדאַי פֿון דײַן פּאַלאַץ און דו וועסט זיך צוריק זעצן אויף דײַן טראָן.

מאַכט צו אים שלמה:

— דו ביסט זייער אַ גוט קינד. אָבער דו דאַרפֿסט דאָך גאָר גיין צום מלך, וואָס אויף יענער זײַן טײַך?

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:

— אַ דאגה, וועל איך אַן אַנדערש מאָל גיין. איך וועל אַפֿריִער דיך ראַטעווען פֿון דײַן אומגליק. קום, קעניג!

און זיי האָבן זיך ביידע אויפֿגעהויבן פֿון שטיין און גענומען גיין, און וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.