מע זאָגט, אַז ייִדן זײַנען אַ קלוג פֿאָלק, און װי אַ באַװײַז דערױף דערצײלט מען אַ שײנע מעשׂה. בקיצור, אײנער אַ ייִד איז געפֿאָרן אין זײַן אױטאָ פּאַזע דעם באַװוּסטן משוגעים־הױז „באָניפֿראַטן‟, און דאָ פּלוצעם בײַם אױטאָ פֿאַלט אָפּ אַ ראָד. די ראָד האָט דער ייִד יאָ געפֿונען, אָבער די פֿיר מוטערקעס זײַנען ממש נעלם געװאָרן, װי קײן מאָל ניט געװען. דרײט זיך דער ייִד אַרום דעם אױטאָ און װײסט ניט װאָס צו טאָן. און דאָ שטעקט אײנער אַ פּאַציענט פֿונעם משוגעים־הױז אַרױס דעם קאָפּ פֿונעם פֿענצטער און גיט אַ געשרײ צו אים:
„ר’ ייִד, װאָס דרײט איר זיך, כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד, װי אַ פֿלױ אױף אַ שפּיץ־שפּילקע?… איר האָט דאָך פֿיר רעדער, און יעדע ראָד איז צוגעדרײט מיט פֿיר מוטערקעס. דרײט אױס פֿון יעדן דיסק אײן מוטערקע און דרײט צו די פֿערטע ראָד מיט די דרײַ אױסגעדרײטע מוטערקעס. אַזױ װעט איר קענען צופֿאָרן צום מײַסטער אין גאַראַזש‟.
דער ייִד איז געבליבן שטײן װי געפּלעפֿט:
„װי קען עס זײַן?… איר זענט דאָך אַ פּאַציענט…‟
„יאָ, — ענטפֿערט דער פּאַציענט פֿון „באָניפֿראַטן‟, — אמת, כ’בין משוגע, אָבער קײן אידיאָט דאָך בין איך ניט‟.
אָט אַזאַ פֿרײלעכע מעשׂה וועגן די שאַרפֿזיניקע ייִדישע משוגעים. אינטערעסאַנט איז, אַז לױט די קורצע סוזשעטן פֿון די ייִדישע װיצלער קענען מיר פֿעסט שטעלן, װען און װוּ איז געבױרן געװאָרן די אָדער יענע מעשׂהלע, װײַל ביז אין די מיט־1920ער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט זײַנען כּמעט אַלע סוזשעטן געװען פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן שטײגער־לעבן, מיטן ייִדישן לוח, מיט די רעליגיעזע אָדער נאַציאָנאַלע מינהגים. זײער צאָל און טעמאַטיק איז געװען אַזױ גרױס, אַז צו יעדער, אַפֿילו אַ צופֿעליקער לעבנס־סיטואַציע, האָט מען געקענט געפֿינען אַ פּאַסיק חכמהלע.
ניט אײן מאָל איז מיר אױסגעקומען צו לאַכן בעת אַ שמועס מיט די זײער ערנסטע „ליטװאַקעס‟, און מער פֿון אַלץ האָט מיך געפֿרײט דער קאָמישער בײַט פֿון די קאָנסאַנאַנטן „ש‟ און „ס‟, „צ‟ און „טש‟. צי אפֿשר בין איך ניט גערעכט? אָט, הערט: „סאָרע זיסט אין דער לעסטער סורע און סמײכלט אין די פֿױשטן‟.
אמת, מיט אַ שטיקל צײַט פֿריִער, פֿלעג דער מאָדנער און קאָמישער „סװישטשנדיקער‟ ליטװישער אױסשפּאַך־שטײגער זיך אױסדריקן אױף אַ מער אינטעלעקטועלן אָדער רעליגיעזן אופֿן, אַזױ װי אין דעם באַקאַנטן גאַליציאַנער װיץ װעגן אַ „ליטװישן סאַמעס (שמשׂ)”.
איר װײסט דאָך, אַז אין שיל, אױף אַ „מיזרח‟ זײַנען אױפֿגעשריבן ראָשי־תּיבֿות:
„סמו’ט‟ — סור מרע ועשׂה טובֿ — באַפֿרײַ זיך פֿון שלעכטס און טו נאָר גוטס.
„אטל’ס‟ — אך טובֿ לישׂראל סלה — נאָר גוטס דעם פֿאָלק־ישׂראל, סלה.
דערקלערט אַ ליטװאַק: „דאָס איז דאָך קלאָר װי דער טאָג. סלו’ט מאַכט, סנאַים מיקראָ װעכאָד טאַרגעם (שנין מקרא ואחד תּרגום). און אטל’ס מאַכט, אַל טישליכײנו לעעס סיקנאָ (אל תּשליכנו לעת זקנה).
נײַע צײַטן, נײַע לײַטן… פֿריִער האָט מען זיך געחכמהט פֿון די עם־האָרצים אינעם לערנען װעגן יענע, בײַ װעמען ס’האָט ניט געסטײַעט אַ קלעפּקע אין קאָפּ. הײַנט דאַרף מען, קודם־כּל, דערקלערן, אַז אַ קלעפּקע איז אַ ברעטל פֿון אַ פֿאַס און שױן נאָך דעם דערציילן דעם אַנעקדאָט װעגן אַ סטעלמאַך. אַגבֿ, סטעלמאַך איז טאַקע יענער בעל־מלאָכה, װעלכער מאַכט פֿעסער. און אױב אַ שוסטער גײט תּמיד באָרװעס, גיט שױן אַלײן אַ קלער, װאָס קען אויספֿעלן אַ סטעלמאַך?…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.