Oyneg Shabes

דער ערשטער מײַ (דרײַצנטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

May Day (Chaper XIII of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share
Aharon Gudelman

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185488/

דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט זיך זייער שטאַרק געגרייט צום ערשטן מײַ. איין קלייניקייט: דער ערשטער מײַ! ער וועט דאָך זיכער גיין מיט אַלע קינדער צום מײַ־פֿעסט און ער וועט זײַן דער קעניג און דער שכנהס מיידעלע וועט זײַן די קעניגין. ער האָט שוין אַלצדינג פֿאַרטיק גרויסאַרטיק: די קרוין פֿון קאַרטאָן מיט גאָלדן פּאַפּיר אַרומגעקלעפּט, און דעם פּורפּור־מאַנטל געמאַכט פֿון פּאַפּיר.

מאָרגן, מאָרגן וועט דאָס זײַן! נו, און דערווײַל דאַרף מען גיין שלאָפֿן און זיך גוט אויסשלאָפֿן און אויפֿשטיין מאָרגן פֿריש און געזונט.

האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע געלייגט שלאָפֿן, און ווי נאָר ער איז אײַנגעשלאָפֿן — אַהאַ, ער איז דאָ דער מלאך פֿון חלומות און ער שלעפּט אים שוין פֿאַרן הענטל:

— קום!

— וווּהין? — פֿרעגט אים ייִנגעלע־רינגעלע.

צעלאַכט זיך דער מלאך און זאָגט:

— וואָס הייסט וווּהין? וווּהין מיר גייען אַלע מאָל! האָסט זיך גאָר פֿאַרגעסן, אַז דו ווילסט גיין צום מלך אין פּאַלאַץ און זען דאָרטן אַלע חידושים און קריגן אויך דעם מלכס פֿײַפֿעלע, מיט וואָס ער רופֿט אַרויס די מכשפֿים און מכשפֿות פֿון כּישוף־אינדזל?

— איך האָב זיך טאַקע פֿאַרגעסן, — האָט ייִנגעלע־רינגעלע געענטפֿערט, — מירן טאַקע גיין אַהין.

זענען זיי אַוועק. אויפֿן וועג גיט דער מלאך אַ פֿרעג:

— האָסטו, ייִנגעלע, דײַן רינגעלע?

ווײַזט אים ייִנגעלע דאָס רינגעלע און זאָגט:

— אָט אָ!

מאַכט דער מלאך:

— נו, אויב אַזוי, דאַרפֿסטו מיך ניט. דײַן רינגעלע וועט דיך שוין פֿירן, און איך וועל אַוועק צו אַנדערע ייִנגעלעך, וועלכע האָבן ניט קיין רינגעלעך. האָב דיר אַ גליקלעכן וועג!

איז ייִנגעלע אַוועק מיט זײַן רינגעלע, און ווי ער גייט אַזוי, קומט אים אַנטקעגן אַ פּאָפּוגײַ. זאָגט ייִנגעלע צום פּאָפּוגײַ:

— פּאָפּוגײַ, קאָנסטו ריידן?

ענטפֿערט דער פּאָפּוגײַ:

— איך קאָן ריידן פֿאַר אונדז ביידן.

זאָגט דאָס ייִנגעלע ווײַטער:

— פּאָפּוגײַ, פּאָפּוגײַ!

איז נאָך ווײַט צום חודש מײַ?

ענטפֿערט דער פּאָפּוגײַ:

— חודש מײַ איז שוין דאָ

אין אַ מזלדיקער שעה!

זאָגט ווײַטער ייִנגעלע־רינגעלע:

— און צום מלכס פּאַלאַץ איז נאָך ווײַט?

ענטפֿערט דער פּאָפּוגײַ:

— דעם מלכס פּאַלאַץ איז נאָך ווײַט,

ווײַט פֿון גאָט און ווײַט פֿון לײַט.

זאָגט ייִנגעלע־רינגעלע:

— דאָס איז גאָרנישט וואָס איז ווײַט,

איך האָב צײַט, איך האָב צײַט.

און וואָס האָט ער גלאַט מורא פֿאַר ווײַט? ייִנגעלע האָט דאָך אַ רינגעלע, ניט קיין פּראָסט רינגעלע, נאָר אַ צויבער־רינגעלע, און דאָס רינגעלע פֿירט אים איבער אַלע וועגן און אַלע שטעגן. האָט ייִנגעלע־רינגעלע אָפּגעזעגנט זיך מיטן פּאָפּוגײַ און איז געגאַנגען ווײַטער זײַן וועג.

גייט ער אַזוי און גייט, און אומעטום איז שוין מײַ. עס פֿליִען אום שוואַלבן, שפּערלינגען, לערכעס, בלויפֿייגעלעך און רויטבריסטלעך, און זיי זענען אַלע אַזוי לוסטיק און פֿריילעך, ווער עס פּישטשעט און ווער עס זינגט, יעדער ווי ער קאָן. ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך פֿאַרקוקט אויף זיי און גאָר פֿאַרגעסן, וווּהין ער דאַרף גיין. און דאָ האָט ער דערזען דעם גרויסן שוואַרצן זשוק, וואָס מען רופֿט אים מײַ־זשוק. און אָט איז דער מײַ־דאָרן מיט שטעכלקעס אויף די צווײַגן, אַזש עס איז ניט מיט די הענט אָנצורירן. און אָט איז מײַ אַליין, אָדער בעז, ווי מען רופֿט דאָס, די בלומען מיטן לילאַ־קאָליר, אַ קאָליר, וואָס איז פּורפּור־העל און פֿאַרטראָגט עטוואָס אויף ראָזעווע. און אָט זענען די לאַווענדל־בלומען, וועלכע האָבן אויך אַ לילאַ־קאָליר, נאָר עטוואָס בלאַסער. און די לופֿט איז פֿול מיט גן־עדן־ריחות, און ייִנגעלע־רינגעלע זעט אַלץ און שמעקט אַלץ און ער ווערט גאָר אַנטציקט און ער שרײַט אויס:

— אָ, ווי פֿײַן! אָ, ווי שיין!

און דערנאָך פֿאַלט אים אײַן: ער וועט אָנרײַסן בעז און לאַווענדל און אַוועקטראָגן דאָס צום מלך אין פּאַלאַץ און געבן אַ ביסל דעם בן־מלך און אַ ביסל דער בת־מלכּה. און לאַנג טראַכט ער ניט און טוט דאָס טאַקע. אָנגעריסן בעז און לאַווענדל און ער גייט ווײַטער.

גייט ער און גייט, ערשט ער באַגעגנט אַ פּראָצעסיע מיט מוזיק און געזאַנג. עס מאַרשירן מענטשן אָן אַ שיעור, אָנגעטאָן אין אַרבעטסקליידער מיט געצײַג אין די הענט, ווער עס טראָגט אַ האַק און ווער אַ האַמער, ווער אַ זעג און ווער אַ דלאָטע, ווער אַ רידל און ווער אַ שער און אַלע זינגען זיי:

— ערשטער מײַ, ערשטער מײַ,

אַלע מענטשן זענען פֿרײַ,

פֿרײַ פֿון זאָרגן, פֿרײַ פֿון נויט,

דער וואָס אַרבעט, דער וואָס בויט.

און פֿאָרויס פֿאַר דער פּראָצעסיע איז געפֿאָרן, רײַטנדיק אויף אַ פֿערד, דער פֿירער. פֿרעגט בײַ אים ייִנגעלע־רינגעלע:

— וואָס פֿאַר אַ פּאַראַד איז דאָס בײַ אײַך?

ענטפֿערט אים דער פֿירער פֿון דער פּראָצעסיע:

— הײַנט איז דאָך דער ערשטער מײַ, און מיר זענען אַרבעטער, און דער ערשטער מײַ איז אונדזער יום־טובֿ.

גיט זיך אַ כאַפּ ייִנגעלע־רינגעלע:

— איך ווייס! איך ווייס!

רופֿט זיך אָן דערנאָך דער פֿירער פֿון דער פּראָצעסיע:

— און בײַ אײַך קינדער איז דאָך הײַנט אויך יום־טובֿ. גייסט גאָרניט, ייִנגעלע, צו דער קינדערשער מאַיוּווקע?

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:

— איך גיי גאָר צום מלך אין פּאַלאַץ.

און ער דערציילט דעם פֿירער פֿון פּאַראַד די גאַנצע מעשׂה.

צעלאַכט זיך דער פֿירער און אַלע אַרבעטער נאָך אים און זיי זינגען אַלע אויס:

— ייִנגל, ייִנגל, זײַ קיין נאַר!

מ’דאַרף קיין מלך, מ’דאַרף קיין האַר!

אַלע מענטשן זענען גלײַך,

ניטאָ קיין אָרעם, ניט קיין רײַך!

האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע פֿאַרשעמט און די אויגן אַראָפּגעלאָזן צו דער ערד. ווען ער האָט צוריק אויפֿגעהויבן די אויגן, האָט ער דערזען, אַז דער אַרבעטער־פּאַראַד איז שוין ניטאָ, און עס שטייען גאָר אַרום אים אַ סך קינדער, אָנגעטאָן יום־טובֿדיק און זיי טאַנצן און זיי זינגען.

— קינדער, קינדער, הײַנט איז מײַ!

אַלץ איז פֿריש, אַלץ איז נײַ.

און זיי האָבן אויך ייִנגעלע־רינגעלע אַרײַנגענומען אין קאַראַהאָד און ער האָט מיט זיי געטאַנצט און געזונגען.

אַז זיי האָבן געענדיקט טאַנצן און זינגען, רופֿט זיך אָן איין מיידעלע אין אַ רויט קליידעלע צו ייִנגעלע־רינגעלע:

— זאָג אַקאָרשט, ייִנגעלע, ביסטו דאָס ניט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע?

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:

— יאָ, האָסט געטראָפֿן, מיידעלע אין רויט קליידעלע.

זאָגט ווײַטער דאָס מיידעלע אין רויט קליידעלע צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע:

— און דו גייסט דאָס צום מלך אין פּאַלאַץ?

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע:

האָסט ווידער געטראָפֿן, מיידעלע אין רויט קליידעלע.

מאַכט זי צו אים:

— צו וואָס דאַרפֿסטו גיין צום מלך אין פּאַלאַץ? זײַ בעסער אַליין אַ מלך. הײַנט מאַכן מיר דאָך אַ יום־טובֿ, וועסטו זײַן דער קעניג פֿון אונדזער מײַ־פֿעסט!

זאָגט ייִנעלע־רינגעלע:

— גוט. אָבער ווער וועט זײַן מײַן מלכּה?

ענטפֿערט מיידעלע רויט־קליידעלע:

איך וועל זײַן די קעניגין פֿון מײַ.

זאָגט ייִנגעלע־רינגעלע:

— גוט.

האָט מיידעלע רויט־קליידעלע זיך זייער דערפֿרייט און זי האָט אויסגעשריגן צו אַלע קינדער:

— ייִנגעלע־רינגעלע וועט זײַן אונדזער קעניג!

און אַלע קינדער האָבן גענומען שרײַען:

— לעבן זאָל ייִנגעלע־רינגעלע, דער קעניג פֿון מײַ־לאַנד און זײַן קעניגין, מיידעלע רויט־קליידעלע!

און ייִנגעלע־רינגעלע האָט גלײַך אָנגעטאָן זײַנע קעניגלעכע מײַ־קליידער, און די איבעריקע קינדער האָבן זיך אויך אָנגעטאָן אַזוי ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ קינדערשער מאַיוּווקע, און דער יום־טובֿ האָט זיך אָנגעהויבן מיט גרויס פֿרייד.

די קינדער האָבן גענומען מאַרשירן. אַפֿריִער איז געגאַנגען אַ קאַפּעליע מוזיק, דורכויס פֿון קינדער, פּײַקלער און פֿײַפֿלער און טרומייטער. דערנאָך זענען געגאַנגען ייִנגעלע־רינגעלע, דער קעניג, און מיידעלע רויט־קליידעלע, די קעניגין. זיי זענען געגאַנגען, אונטער אַ חופּה מיט פֿיר שטאַנגען, געהאַלטן פֿון פֿיר ייִנגלעך אָנגעטאָן אין רויטע הויזן מיט גאָלדענע לאַמפּאַסן, און נאָך אַזאַ ייִנגל איז געווען דער פּאַזש, וועלכער האָט נאָכגעטראָגן די שלעפּ פֿון דער מײַ־קעניגינס קלייד. און דער קעניג האָט אויף זײַן קאָפּ געטראָגן די קאַרטאָנענע קרוין און די קעניגין האָט אויפֿן קאָפּ געטראָגן אַ קראַנץ פֿון בלומען, און בלומען זענען געווען אויך אײַנגעפֿלאָכטן אין אירע האָר. און הינטער דעם קעניג מיט דער קעניגין זענען געגאַנגען די איבעריקע קינדער, יעדעס קינד אויף אַן אַנדער אופֿן אָנגעטאָן.

אַזוי זענען די קינדער געגאַנגען, ביז זיי זענען געקומען צו אַ פּאַרק, און אין פּאַרק האָט זיך ערשט אָנגעהויבן די רעכטע שׂימחה. אויף אַ גרויסער גרינער לאָנקע איז אין מיטן געשטאַנען דער מײַ־שטאַנג, אַ הויכער שטאַנג באַפּוצט מיט בלומען און בענדער. און די קינדער האָבן זיך גענומען דרייען אַרום דעם דאָזיקן שטאַנג, דרייען זיך און טאַנצן.

— קינדער, קינדער, הײַנט איז מײַ,

אַלץ איז פֿריש, אַלץ איז נײַ!

דערנאָך האָט זיך אָנגעהויבן די מײַ־סעודה, אָבער דאָ איז צוגעקומען ייִנגעלע־רינגעלעס מאַמע און האָט אים גענומען וועקן:

— שטיי אויף, מײַן קינד! דאַרפֿסט שוין גיין צום מײַ־פֿעסט.

רײַבט ייִנגעלע־רינגעלע די אויגן און ער זאָגט:

— איך בין דאָך שוין געווען, מאַמע!

גיט די מאַמע אַ שמייכל און זי זאָגט:

— דאָס איז דאָך געווען אין חלום, און איצטער וועט דאָס זײַן אויף דער וואָר.

אָבער די מעשׂה איז נאָך ניט גאָר, און וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.