מיר זײַנען געװען דאָרשטיק אױף אַ יום־טובֿ. עס װײַזט אױס, אַז מיר, די נאָכמלחמהדיקע קינדער, האָבן געירשנט פֿון אונדזערע עלטערן דאָס עקלדיקע געפֿיל פֿון אַ טאָג־טעגלעכן הונגער. די מורא, אַז אױך מאָרגן װעט ניט זײַן װאָס צו עסן, האָט זײער דערנידעריקט די שטאָלצע מענטשן, װעלכע האָבן איבערגעלעבט די שרעקלעכע מלחמה, און יעדע קלײניקײט — אַ פֿונט רינדערפֿלײש, אַ צענדליק מאַסלינעס אָדער אַ לימענע — האָט אױסגעזען װי אַ סעודה אין אַ פּאַלאַץ פֿון אַ מלך.
צו דער גשמיותדיקער הנאה פֿלעגט תּמיד צושטײן די רוחניותדיקע שׂימחה, איך מײן די פֿרײלעכע סיטואַציעס, װעלכע פֿלעגן זיך שאַפֿן, װען מײַן טאַטע „אַ ליטװאַק אַן עקשן‟ פֿלעגט אָנהײבן די סעודה מיט אַ ביטע צו דער באָבע „אַ בעסאַראָבקע‟, אַז יענע זאָל אים אָפּשנײַדן אַ שטיקל „ברײט‟. און די באָבע פֿלעגט אים אָפּשיקן אין דער קלאַדאָװקע, ער זאָל ברענגען די זעג, װײַל אַ „ברײט‟ (ברעט) זעגט מען. און װײַטער האָבן מיר אַלע געדאַרפֿט זיצן און װאַרטן ביז דער טאַטע װעט אָפּעסן פֿלײש מיט פֿאַסאָליעס, װײַל בײַ זײ אין דער הײם עסט מען פֿלײש פֿאַר דער יויך. איך האָב אונטערגעהאַלטן מײַן טאַטנס „ליטװישן‟ מינהג, און פֿון דעמאָלט אָן האָט מען מיך גערופֿן ניט אַנדערש װי „דער טאַטוניע (מיטן טראָפּ אױפֿן צװײטן טראַף) מיט די בײנער‟.
דער קאָמישער װיכּוח צװישן די פֿאָרשטײער פֿון די ליטװיש־װײַסרושע און די דרומדיקע דיאַלעקטן און סוב־דיאַלעקטן איז זײער גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער מינדלעכער פֿאָלקס־שאַפֿונג. ס’רובֿ חכמהלעך זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ פֿילאָלאָגישן סיכסוך צװישן אַ ליטװאַק און אַ גאַליציאַנער, און ניט אומזיסט, מײן איך, איז צו אַ טײל ייִדישע אױסדרוקן, פֿאַרבונדענע מיט דער לעקסיק, צוגעגעבן געװאָרן די מיסטישע ציפֿער „7‟, דהײַנו, ער שרײַבט „נח‟ מיט זיבן גרײַזן, זיבן מינים פֿון ליטװישן ייִדיש אאַ”װ; און די אַלע אױסדרוקן פֿאַרמאָגן אַ דירעקטע קאָנאָטאַציע אױפֿן ניט־געװאַקלטן אױטאָריטעט פֿון דער תּורה און אױף דער גמרא מיט זײערע „זיבן פֿעטע און זיבן מאָגערע קי‟, מיט „זיבן מאָל װעט פֿאַלן אַ צדיק און אױפֿשטײן‟… און דער דיין אין די ליטװיש־דרומדיקע פֿילאָלאָגישע װיכּוחים איז געװען און געבליבן די הױפּט־אינסטאַנץ — ס’לשון־קודש. אָט, הערט אַ מעשׂה…
אַ גאַליציאַנער און אַ ליטװאַק שפּאַרן זיך. דער גאַליציאַנער זאָגט: „האשה‟, הײסט „דאָס װײַב‟, און דער ליטװאַק שטײט אױף זײַנס: „די װײַב‟. דער גאַליציאַנער גיט אַ קלאַפּ אין טיש אַרײַן און שרײַט אַרױס: „װי קענסטו זאָגן ׳די װײַב׳, װען עס שטײט דאָך בפֿירוש אין ׳משפּטים׳: ׳האשה וילדיה, דאָס װײַב און אירע קינדער׳‟?
„צו װאָס באַדאַרף איך עס, — שרײַט דער ליטװאַק צוריק, — צו װאָס באַדאַרף איך אַרײַנקריכן אַזש קײן ׳משפּטים׳, װען עס שטײט שױן אין ׳בראשית׳: ׳ותאמר, זי האָט געזאָגט, האשה, די װײַב!‟…
— ייִנגעלע, קום, — זאָגט צו מיר די באָבע, — קום, איך גײ בענטשן ‘לעכט’.
— באָבע, מע דאַרף זאָגן — ‘ליכט’.
— אָ, גאָט מײַנער. ער האָט זיך שױן אָנגעשטעקט פֿונעם ליטװאַק אַן עקשן.
— איך האָב אַלײן געזען אין אַ בלאַט… ניט קײן ‘לעכט’, נאָר ‘ליכט’…
— ממש, דער ‘טאַטוניע’ מיט די בײנער. קום, שױן צײַט בענטשן ‘לעכט’…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.