Oyneg Shabes

„ווי געפֿעלט אײַך אַזאַ לחיים?‟

“How Would You Like A Drink Like This?”

  • Print
  • Share Share

אין די יאָרן פֿון „פּראָהיבישן‟, ווען אַלקאָהאָל איז געווען געזעצלעך פֿאַרווערט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן (1920־1933), האָבן אַ סך אײַנפֿאַלערישע מענטשן זיך פֿאָרט אַן עצה געגעבן — מיט שמוגל, מיט פֿאַרקויפֿן ווײַן „פֿאַר ריטועלע צוועקן‟, און מיט אַזעלכע מינים משקה, וואָס זיי האָבן פּראָדוצירט אין דער היים. כּדי אָפּצושרעקן מענטשן פֿון מאַכן די דאָזיקע היימישע משקאָות, האָט די רעגירונג געפֿאָדערט, אַז מע זאָל צוגעבן אַ פּראָצענט סמיקן האָלץ־ספּירט (מעטיל־ספּירט, methyl alcohol בלע”ז) צום געוויינטלעכן ווײַנספּירט (עטיל־ספּירט, ethyl alcohol בלע”ז), וואָס מע האָט ווײַטער געמעגט ניצן פֿאַר פֿאַרשיידענע אינדוסטריעלע פּראָצעסן. האָבן אַ סך מענטשן אָבער — אַלקאָהאָליקער, נעבעך — ווײַטער געטרונקען די היימישע משקאָות און אַן ערך 10,000 זײַנען דערפֿון געשטאָרבן אין די יאָרן פֿון „פּראָהיבישן‟. די דאָזיקע קאַריקאַטור באַשולדיקט די פּראָדוצירער פֿון די היימישע משקאָות, און פֿאַרגעסט אָבער אין דער רעגירונג, וואָס האָט זיי געמאַכט סמיק.