Oyneg Shabes

שאַרפֿזיניקײט איז אַ חריפֿות

Sharpness is a Strange and Brilliant Thing

  • Print
  • Share Share

די ייִדן, װי באַװוּסט, האָבן ליב צו לאַכן פֿון זיך אַלײן. עס איז גענוג איבערצולײענען די מעשׂהלעך װעגן די „כעלמער חכמים”, כּדי איר זאָלט זיך אָננעמען מיט די פּאָזיטיװע עמאָציעס ביזן װײַסן טאָג אַרײַן. צו לאַכן פֿון זיך אַלײן איז בײַ די אַחינו־בני־ישׂראל ניט קײן חריפֿות. דאָס װאָרט אַלײן, „חריפֿות”, איז אַ חריפֿות. בײַ אונדז פֿלעגט מען זאָגן: אַזױנס װי אַזעלעכס, עפּעס זײער אױסטערלישס. און גאָר ניט צופֿעליק װערט בײַ די תּלמודיסט דאָס װאָרט „חריף” – שאַרף, פֿאַרבונדן מיט “בקי” - אַ קענער, ערודיט. עס שטײט געשריבן: „אַ חריף – אַן עוקר הרים”, אַ בערג־אױסרײַסער, אַ למדן, אַ שאַרפֿזיניקער. „בקי וחריף” הײסט באַלעזן און שאַרף.

מיך האָט זײער פֿאַרחידושט, אַז ניט נחום סטוטשקאָװ און ניט איגנאַץ בערנשטײן ברענגען ניט קײן אײן שפּריכװאָרט אָדער אַ פּאָפּולערן אױסדרוק מיטן װאָרט „חריפֿות”.

אין דער צײַט פֿון מײַן יוגנט האָט דאָס װאָרט “חריפֿות” פֿאַרלױרן איר תּלמודישן באַדײַט און אינעם טאָג־טעגלעכן לעקסיקאָן האָט עס געדינט װי אַ כאַראַקטעריסטיק פֿון עפּעס אױסטערליש, און טאַקע איבערהױפּט, מיט אַ סך איראָניע, פּונקט אַזױ װי בײַ מענדעלע מוכר־ספֿרים: „ער קען שװיצן. גאָר אַ חריפֿות!” דער אומגערעכט־פֿאַרגעסענער ייִדישער פֿילאָלאָג און איבערזעצער נחמיה פּערפֿערקאָװיטש, דער בעסטער איבערזעצער פֿון תּלמוד אױף רוסיש, און דער מחבר פֿון זײער אַ גוטן װערטערבוך, „העברעיִזמען אין ייִדיש”, ברענגט יאָ אַ פּאָפּולערן אױסדרוק – „חריפֿותדיקע ייִדישע קעפּלעך”. און טאַקע אין דעם־אָ זײער אײנפֿאַכן אױסדרוק װעבן זיך צונױפֿן בײדע באַדײַטן פֿונעם װאָרט „חריפֿות” - סײַ אױסטערלישקײט און סײַ שאַרפֿזיניקײט. און װעגן די „חריפֿותדיקע ייִדישע קעפּלעך” האָבן מיר אָן אַ שיעור שײנע מעשׂהלעך.

ר’ אײַזל חריף פֿון סלאָנים (הרבֿ יהושע אײַזיק שפּירא) האָט געהאַט אַזאַ שאַרפֿן מוח און צונג, אַז דאָס װאָרט „חריף” איז געװאָרן אַ טײל פֿון זײַן צונאָמען. און מיר האָבן אַ מעגלעכקײט זיך איבערצײַגן, אַז דאָס איז געשען גאָר ניט צופֿעליק. אָט, הערט אַ מעשׂה…

דעם גאָון ר’ אײַזל פֿון סלאָנים האָט די װעלט, צוליב זײַן אױסערגעװײנטלעכע חריפֿות און שאַרפֿזיניקײט, גערופֿן „דער װילדער קאָפּ”. אַ סך רבנים און גדולי־הדור, און צװישן זײ אױך דער באַװוּסטער גאָון ר’ יצחק־אלחנן פֿון קאָװנע, האָבן אים צװישן זיך אױך גערופֿן „דער משוגענער חריף”. מע דערצײלט, אַז אײן מאָל האָט ר’ אײַזל דערזען בײַ זײַנעם אַ פֿרײַנד, אַז זײַן ספֿר „עמק יהושע” איז אײַנגעבונדן צוזאַמען מיט ר’ יצחק־אלחננס ספֿר „עין יצחק”. און דערבײַ האָט ר’ אײַזל דערזען, אַז „עין יצחק” איז געבונדן פֿון פֿאָרנט. מער האָט ר’ אײַזל ניט געדאַרפֿט און גלײַך האָט זיך אָפּגערעכנט מיט זײַן קריטיקער:

— ייִדן, אָט, גיט אַ קוק. ר’ יצחק־אלחנן האַלט מיך פֿאַר משוגע, און דאָך האָט מען אים געבונדן פֿריִער פֿון מיר…

און נאָך אַ מעשׂהלע װעגן אַ „חריפֿותיקן ייִדישן קאָפּ”, דאָס מאָל װעגן דעם דובנער מגיד און אַ בעל־עגלה.

דער דובנער מגיד האָט אַ מאָל געלאָזט זיך אין װעג מיט אַ בעל־עגלה. װען זײ זײַנען געקומען באַרג־אַרױף, איז דער דובנער אַראָפּגעקראָכן פֿונעם װאָגן. מאַכט צו אים דער בעל־עגלה: 

— רבי, איר קענט זיצן אױף אײַער אָרט. דאָס פֿערד, נישקשה, מעג אײַך פֿירן באַרג־אַרױף אױך.

— עס קען זײַן, – זאָגט דער דובנער מגיד, - אַז אױב דאָס פֿערד װעט מיך איבערקערן און איך װעל ברעכן רוק־און־לענד; און דערנאָך, אַז איך װעל, אין הונדערט און צװאַנציק יאָר אַרום, קומען אױף יענער װעלט און מוזן האָבן מיטן פֿערד אַ דין־תּורה, װעל איך טאַקע געװינען. די מעשׂה איז אָבער, אַז איך װיל ניט האָבן קײן דין־תּורה מיט אַ פֿערד.