Oyneg Shabes

בײַ די פֿישער (צענטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

With the Fishermen (Chaper X of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/185115

Aharon Gudelman

דער טײַך איז נאָך געווען פֿאַרפֿרוירן, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך גענוג אָנגעגליטשט אויף זײַנע שטאָלענע גליטשערס, וואָס האָבן אַזוי געבלאַנקט אַנטקעגן דער זון, און ער איז געקומען אַהיים שפּעט פֿאַר נאַכט אַ מידער, אַן אָנגעפֿרוירענער, אַזש ער האָט קוים דערלעבט נאָך וועטשערע, און איז געפֿאַלן שלאָפֿן.

שלאָפֿט ער אַזוי, און ער חלומט ווײַטער זײַנע שיינע, זיסע חלומות, און ער גייט ווײַטער זײַן וועג צום מלך אין פּאַלאַץ אַרײַן, וווּ ער וועט זען דעם מלכס ייִנגעלע, דעם בן־מלך, און דעם מלכס מיידעלע, די בת־מלכּה.

גייט ער און גייט און טראָגט מיט זיך זײַנע גליטשערס, ווײַל ער רעכנט, אַז אויף די גליטשערס וועט ער קענען בעסער אַריבערגיין דעם טײַך און קומען אַזוי אויף יענער זײַט טײַך, וווּ עס שטייט דעם מלכס פּאַלאַץ.

קומט ער צו צום טײַך, זעט ער, אַז דער טײַך איז גאָרניט פֿאַרפֿרוירן. וווּנדערט ער זיך, דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע: סטײַטש, אָט ערשט, מיט עטלעכע שעה צוריק, האָט ער זיך דאָך געגליטשט אויפֿן טײַך, און דאָס אײַז איז געווען אַזוי שטאַרק, כאָטש גיי אויף אים אַריבער מיט צען פּאָר פֿערד! הײַנט ווי וועט ער אַריבערגיין דעם טײַך? נאָר דאָס אַרט אים ניט, ווײַל ער איז דאָך שוין ניט איין מאָל אַריבער דעם טײַך. אויף דעם האָט ער דאָך אַ רינגעלע, וואָס טוט פֿאַר אים אַלצדינג אין דער וועלט. דאָס רינגעלע וועט אים שוין איצטער אויך אַריבערפֿירן איבער דעם טײַך, קרום צי גלײַך, עס וועט זיך שוין באַווײַזן אַ שיף אין דער לופֿטן. אָדער אַ שיף פֿון דער טיף.

זאָרגט ניט ייִנגעלע־רינגעלע, נאָר ער וווּנדערט זיך, וואָס געלייגט שלאָפֿן האָט ער זיך ווינטער און איצטער איז זומער, אמתער זומער, און פֿישער זיצן בײַם טײַך און כאַפּן פֿיש.

דערזעען די פֿישער דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, אָנגעטאָן אין ווינטערדיקן, אין אַ פֿוטערל מיט אַ פֿוטערן היטל אויפֿן קאָפּ, מיט טיפֿע קאַלאָשן אויף די שיך און די גליטשערס פֿאַרוואָרפֿן אויפֿן אַקסל. איז ווי די פֿישער האָבן אים אַזוי דערזען, האָבן זיי גענומען פֿון אים לאַכן, וואָס ער איז אַזוי וואַרעם אָנגעטאָן, און זיי זאָגן צו אים:

— עפּעס אַ שטאַרקער פֿראָסט הײַנט?

אַרט ניט דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע, וואָס מע לאַכט פֿון אים, נאָר ער ענטפֿערט זיך גאַנץ קאַלט:

— אַז איך בין אַרויס פֿון הויז, איז דער פֿראָסט געווען זייער שטאַרק, אַזוי שטאַרק, אַזש דער אָטעם איז פֿאַרפֿרוירן געוואָרן, נאָר אַז איך בין געקומען אַהער, איז דער פֿראָסט ניט געוואָרן.

פֿרעגן אים די פֿישער:

— און וווּ איז דײַן הויז? אויפֿן נאָרד־פּאָל?

זעט דאָס ייִנגעלע, אַז זיי הערן ניט אויף פֿון אים צו לאַכן, האָט ער זיי מער ניט געענטפֿערט, און ער איז אַוועק ווײַטער מיטן ברעג.

אָבער וווּ ער גייט, זעט ער אַלץ פֿישער און פֿישער, אָן אַ שיעור און אָן אַ ברעג, און ער וווּנדערט זיך, פֿון וואַנען נעמען זיך דאָס אַזוי פֿיל פֿישער, און ער פֿרעגט זיי:

— פֿאַר וועמען, פֿאַר וועמען

כאַפּט איר די פֿיש?

ענטפֿערן אים די פֿישער:

— פֿאַר דעם קעניגס טיש,

פֿאַר דעם קעניגס טיש.

פֿרעגט זיי ווײַטער דאָס ייִנגעלע:

— און וואָס וועט איר, פֿישער, עסן אַליין?

ענטפֿערן אים די פֿישער:

— אַ שטיין מיט אַ ביין.

אַ שטיין מיט אַ ביין.

פֿרעגט זיי ווײַטער דאָס ייִנגעלע:

— פֿאַר וואָס איז אַזוי?

ענטפֿערן אים די פֿישער:

— אַזוי איז דאָס, ייִנגל,

אַזוי איז אַזוי.

רופֿט זיך אָן דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע:

— ניין, פֿישער! עס טאָר ניט זײַן אַזוי. איך גיי איצטער צום מלך אין פּאַלאַץ און איך וועל אים זען און זאָגן, אַז עס איז ניט רעכט אַזוי.

זאָגן צו אים די פֿישער:

— ייִנגל, ייִנגל, ביסט נאָך צו קליין צו פֿאַרשטיין, אָבער מיר זאָגן דיר, אַז דו וועסט דעם קעניג ניט איבערמאַכן.

און דאָ קוקן זיך צו די פֿישער און דערזעען, ווי דאָס ייִנגעלע גייט אָנגעטאָן, דורכויס אין ווינטערדיקן מיט אַ פּאָר גליטשערס פֿאַרוואָרפֿן אויפֿן אַקסל, מאַכן זיי צו אים:

— העי, ייִנגעלע, ווי מיר זעען, ביסטו ניט פֿון אונדזערע מקומות, נאָר דו קומסט פֿון ערגעץ אַן אַנדער לאַנד.

— יאָ, — מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע, — איך קום טאַקע פֿון אַן אַנדער לאַנד.

פֿרעגן זיי אים:

— איז בײַ אײַך אַזוי קאַלט?

ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:

— יאָ, בײַ אונדז איז נאָך ווינטער, שפּעטער וועט זײַן זומער. און בײַ אײַך איז גאָר קיין ווינטער ניט געווען?

זאָגן די פֿישער:

— יאָ, ער איז דאָ געווען. ער איז געקומען אַהער דער ווינטער מיט ווינטן, מיט שנייען, מיט זאַווערוכעס, האָט אים דער קעניג פֿאַרטריבן צו אַל די רוחות. ער האָט אַזעלכע מכשפֿים און מכשפֿות, וואָס טוען פֿאַר אים אַלץ וואָס ער וויל. און אַזוי ווי דעם קעניג איז געווען צו קאַלט, האָט ער געהייסן זײַנע כּישוף־מאַכער, זיי זאָלן אַוועקטרײַבן דעם ווינטער מיט די זאַווערוכעס צו אַל די רוחות. האָבן די כּישוף־מאַכער גענומען שויפֿלען און בעזעמער און האָבן אַוועקגעשאַרט און פֿאַרקערט דעם שניי ווײַט־ווײַט, און פֿון דעם ווינטער איז קיין סימן ניט געבליבן, אָט ווי דו זעסט.

איז דאָס דעם ייִנגעלע געפֿעלן געוואָרן, וואָס מע קען מאַכן אַזאַ קונץ, רופֿט ער זיך אָן צו די פֿישער:

— איך וואָלט זיי וועלן זען, דעם קעניגס כּישוף־מאַכער.

מאַכן די פֿישער:

— ניין, ייִנגעלע, דו וועסט זיי ניט קענען זען, ווײַל מע לאָזט קיינעם צו זיי ניט צו. דער קייסער האָט פֿאַר זיי אויסגעבויט אַ באַזונדער פּאַלאַץ פֿון הוילן גאָלד און זילבער, און דער פּאַלאַץ איז ווײַט־ווײַט אויף אַן אינדזל אין מיטן ים, און די כוואַליעס וואַרפֿן דאָרט זייער שרעקלעך, און לאָזן קיינעם ניט צוקומען צום אינדזל, וווּ עס שטייט דער פּאַלאַץ, וווּ עס וווינען דעם קעניגס כּישוף־מאַכער.

פֿרעגט דאָס ייִנגעלע:

— און ווי איז, אַז דער קייסער דאַרף זיי האָבן?

ענטפֿערן די פֿישער:

— אַז דער קייסער דאַרף זיי האָבן, האָט ער אַזאַ פֿײַפֿעלע, גיט ער אַ פֿײַף, קומען זיי גלײַך צו פֿליִען ווי די רוחות און טוען פֿאַר אים אַל דאָס שליחות.

פֿאַרטראַכט זיך דאָס ייִנגעלע, און דאַן רופֿט ער זיך אָן:

— נו, איך וועל זיי שוין זען.

זאָגן די פֿישער:

— ווי אַזוי, און ווען?

מאַכט דאָס ייִנגעלע:

— איר זעט אָט מײַן רינגעלע? קען עס פֿאַר מיר טאָן אַלצדינג אין דער וועלט. אַז איך וועל זאָגן מײַן רינגעלע, וועט עס מיר ברענגען דעם קעניגס פֿײַפֿל און איך וועל שוין אַ פֿײַף טאָן, וועלן די כּישוף־מאַכער צו מיר קומען צו פֿליִען ווי די רוחות און אויך פֿאַר מיר טאָן אַל דאָס שליחות. זיי וועלן מיר שוין ווײַזן זייער פּאַלאַץ און אַלץ מיט אַנאַנדער. איר וועט שוין זען.

האָבן זיך די פֿישער פֿאַרוווּנדערט, וואָס דאָס ייִנגעלע האָט אַזאַ רינגעלע, און אַנדערע פֿון זיי האָבן ניט געוואָלט גלייבן, ווײַל זיי האָבן נאָך קיין מאָל ניט געהערט פֿון אַזאַ רינגעלע, וואָס זאָל קענען באַווײַזן וווּנדער. מאַכן זיי צו אים:

אַנו, ייִנגעלע, ווײַז עפּעס אַ קונץ מיט דײַן רינגעלע!

זאָגט דאָס ייִנגעלע:

— אָט באַלד וועט איר זען.

און דאָס ייִנגעלע האָט אַ זאָג געטאָן צו זײַן רינגעלע:

רינגעלע, רינגעלע,

דײַן וווּנדער באַווײַז,

פֿאַרפֿריר מיר דעם טײַך

און מאַך פֿון אים אײַז.

און אין איין אויגנבליק האָט זיך דער טײַך באַדעקט מיט דיקן אײַז, און די פֿישער האָבן ניט געקענט אַרויסשלעפּן די נעצן, און ייִנגעלע־רינגעלע האָט גלײַך אַרויפֿגעכאַפּט די גליטשערס אויף די פֿיש און זיך אַוועקגעגליטשט ווײַט־ווײַט. אָבער די פֿישער האָבן אים גערופֿן און געשריִען, אַז ער זאָל זיך אומקערן און באַפֿרײַען זיי דעם טײַך פֿון דעם אײַז. איז ער צוריקגעקומען און ער האָט דאָס זיי געטאָן, און די פֿישער האָבן שוין געמוזט מודה זײַן, אַז דעם ייִנגעלעס רינגעלע קען ווײַזן אַזעלכע קונצן ווי דעם קעניגס כּישוף־מאַכער, אַזעלכע און נאָך מער.

אָבער איר ווייסט דאָך, אַז די מעשׂה האָט זיך נאָך ניט געענדיקט, נאָר וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שוין שפּעטער זען.