Oyneg Shabes

„פֿעליקס און מיירע‟

“Félix et Meira”

  • Print
  • Share Share

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish.forward.com/articles/184899/an-outsider-among-montreals-hasidim/)

דער נײַער קאַנאַדער פֿילם „פֿעליקס און מיירע‟, אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש, באַהאַנדלט אַ ליבע צווישן אַ חסידישער פֿרוי און אַ „היפּסטער‟, אַ וועלטלעכן ייִד, אין דער שטאָט מאָנטרעאָל.

עס זײַנען שוין פֿאַראַן עטלעכע פֿילמען וועגן חסידישע פֿרויען, וואָס פֿאַרליבן זיך אין דרויסנדיקע, למשל A Price Above Rubies אָדער Fading Gigolo — ווײַזט אויס, אַז דאָס איז אַ באַליבטע טעמאַטיק בײַ אונדזערע פֿילם־פּראָדוצענטן. אָבער „פֿעליקס און מיירע‟ איז דער ערשטער, וואָס שפּיגלט אָפּ אַ ביסל דאָס אמתע חסידישע לעבן און וווּ די אַקטיאָרן רעדן דאָס אויטענטישע חסידישע ייִדיש — אַ דאַנק דעם אַקטיאָר אלעזר טווערסקי, וואָס ניט נאָר שפּילט ער אַ הויפּט־ראָלע אינעם פֿילם, נאָר ער האָט אויך אויסגעלערנט די הויפּט־אַקטריסע, הדס ירון, צו רעדן אַ היימישן ייִדיש. כאָטש זי האָט שוין געשפּילט אַ חסידישע טאָכטער אינעם ישׂראלדיקן פֿילם „למלא את החלל‟, האָט זי דאָרט גערעדט רק עבֿרית.