דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט געוווינט אויף דער זײַט טײַך. אָבער ער האָט זייער געוואָלט וויסן, וואָס עס טוט זיך אויף יענער זײַט.
אויף יענער זײַט, האָט ער געהערט, שטייט אַ פּאַלאַץ, וואָס ציט זיך פֿון איין עק וועלט ביז דעם אַנדערן. און געבויט איז דער פּאַלאַץ פֿון גאָלד און פֿון זילבער, און די שויבן אין די פֿענצטער פֿון פּאַלאַץ זײַנען ניט פֿון גלאָז, נאָר פֿון דימענטן און בריליאַנטן. און וווינען וווינט אין דעם פּאַלאַץ דער מלך מיט דער מלכּה. און דער מלך מיט דער מלכּה האָבן אַ ייִנגעלע, איז דאָס ייִנגעלע ניט קיין פּראָסט ייִנגעלע, נאָר אַ בן־מלך. און אויך אַ מיידעלע האָבן זיי, איז דאָס ניט אַבי אַ מיידעלע, נאָר אַ בת־מלכּה. און עסן עסט מען דאָרטן מאַרציפּאַנעס און אַלע גוטע זאַכן. אַזוי האָט זײַן באָבע אים איין מאָל דערציילט. נו, האָט ער געוואָלט דאָרטן זײַן, אַ קוק טאָן.
ווי אַזוי אָבער גייט מען אַריבער דעם טײַך? דער טײַך איז ברייט און שווימען קען ער ניט. און קיין שיפֿן גייען ניט. שטייט אַזוי דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע אויף דער זײַט טײַך און קוקט מיט זײַנע אויגן אויף יענער זײַט און זעט גאָרנישט, ווײַל אַזוי ווײַט קען ער ניט זען. נאָר אַ וואַלד מיט ביימער און ווײַטער גאָרנישט.
קוקט אַזוי דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע אויף דעם וואַלד מיט די ביימער. קוקט ער אַזוי און קוקט, און גאָרנישט. מיט אַ מאָל גיט דאָס רינגעלע אַ בליץ און אַ שפּריץ און אַ פֿרעג:
— וואָס קוקסטו, ייִנגעלע?
ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:
— איך קוק, רינגעלע, אויף יענער זײַט טײַך און ווייס ניט, ווי צו קומען אַהין.
זאָגט דאָס רינגעלע:
— אײַ, דו נאַריש ייִנגעלע! דו האָסט אַ צויבער־רינגעלע, און דו ווייסט ניט, וואָס צו טאָן! ווילסט אַריבער אויף יענער זײַט טײַך? זאָג דרײַ מאָל די ווערטער:
„פֿון דער טיף, פֿון דער טיף
זאָל אַרויס באַלד אַ שיף!‟
האָט דאָס ייִנגעלע געזאָגט אַזוי ווי דאָס רינגעלע האָט אים געהייסן:
„פֿון דער טיף, פֿון דער טיף
זאָל אַרויס באַלד אַ שיף!‟
איז פֿונעם טיפֿעניש פֿון טײַך אַרויסגעשוווּמען אַ שיף, געבויט פֿון העלפֿאַנדביין מיט זעגלען פֿון זײַד און מאַסטביימער פֿון גאָלד. קיין קאַפּיטאַן אויף דער שיף איז ניט געווען צו זען און קיין מאַטראָסן אויך ניט. אַליין איז די שיף געגאַנגען, קיינער האָט זי ניט געפֿירט.
איז זי צוגעשוווּמען צום ברעג, וווּ דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע איז געשטאַנען. איז דאָס ייִנגעלע אַרויף אויף דער שיף, און קוקנדיק אויף זײַן רינגעלע, האָט אויסגערופֿן דאָס ייִנגעלע:
„איבער טײַך, איבער טײַך,
צו יענער זײַט פֿיר מיך גלײַך!‟
האָט די שיף זיך גלײַך גערירט פֿון אָרט און איז געשוווּמען איבערן וואַסער אַזוי שטיל, אַזוי פֿײַן, אַז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע האָט גאָרניט געפֿילט, אַז ער פֿאָרט אויף אַ שיף.
און די שיף איז געגאַנגען, ביז זי איז צוגעשוווּמען צום אַנדערן ברעג. איז דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע אַרויסגעגאַנגען און האָט געהייסן דער שיף, זי זאָל שטיין און וואַרטן, ביז ער וועט צוריקקומען. זאָגט דאָס רינגעלע צום ייִנגעלע:
— ניין, ייִנגעלע, די שיף קען ניט שטיין און וואַרטן אויף דיר, ווײַל קיינער טאָר פֿון איר ניט וויסן און קיינער טאָר זי ניט זען. שיק זי אַוועק צוריק אין די טיפֿענישן פֿון טײַך, און ווען דו וועסט זי דאַרפֿן, וועסטו זי רופֿן דרײַ מאָל, וועט זי קומען.
האָט דאָס ייִנגעלע אַוועקגעשיקט די שיף צוריק אין די טיפֿענישן פֿון טײַך, און אַליין איז ער אַוועק זוכן דעם פּאַלאַץ, וווּ עס וווינט דער מלך מיט דער מלכּה מיט זייער ייִנגעלע, דעם בן־מלך, מיט זייער מיידעלע, דער בת־מלכּה.
גייט ער אַזוי דורכן וואַלד, גייט ער און גייט, און עס נעמט גאָר קיין סוף ניט, און דאָ ווערט דער הימל אַלץ טינקעלער און טינקעלער. איז דעם ייִנגעלע געוואָרן אומהיימלעך: אפֿשר זײַנען דאָ אין וואַלד חיות, און זיי וועלן אים אויפֿעסן?
דערווײַל איז שוין געוואָרן גוט פֿינצטער, און דאָס ייִנגעלע האָט ניט געזען, ווי צו גיין. האָט ער אַ קוק געטאָן אויף זײַן רינגעלע, האָט דאָס רינגעלע גענומען וואַרפֿן פֿונקען אין אַלע זײַטן, איז אין וואַלד געוואָרן ליכטיק אַזוי ווי אין מיטן העלן טאָג. האָבן זיך אַלע נאַכטפֿויגלען און פֿלעדערמײַז דערשראָקן און זײַנען אַוועק אין זייערע נעסטן שלאָפֿן, וואָרעם נאַכטפֿויגלען און פֿלעדערמײַז קענען ניט פֿאַרטראָגן די ליכטיקע שײַן. און אַלע זינגפֿייגעלעך האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון זייער שלאָף און האָבן גענומען זינגען, וואָרעם זיי האָבן געמיינט, אַז עס איז שוין טאָג.
האָט ייִנגעלע־רינגעלע זיך צוגעזעצט אויף דעם וואָרצל פֿון אַן אָפּגעהאַקטן בוים און זיך צוגעהערט צום געזאַנג פֿון די פֿויגלען. זיצנדיק אַזוי און הערנדיק, האָט ער גענומען דרעמלען, ביז ער איז אײַנגעשלאָפֿן.
שלאָפֿט דאָס ייִנגעלע און שלאָפֿט, און זײַן קעפּעלע הענגט אַראָפּ. הערט ער אין שלאָף, ווי עמעצער וועקט אים. ער ווייסט ניט ווער, נאָר עפּעס אַזאַ זיס קול! און דאָס קול זאָגט צו אים אַזוי:
— דיר איז שלעכט, ייִנגעלע, צו שלאָפֿן אַזוי? קום, וועל איך דיך אַוועקטראָגן אויף מײַנע פֿליגלען צו דײַן טאַטע־מאַמען אַהיים. דו וועסט זיך דאָרטן לייגן אין דײַן בעטעלע און אויסרוען, און אויף מאָרגן וועסטו אויפֿשטיין, און קומען ווײַטער אַהער און גיין צום פּאַלאַץ, וווּ עס וווינט דער מלך מיט דער מלכּה מיט זייער ייִנגעלע, דעם בן־מלך, מיט זייער מיידעלע, דער בת־מלכּה.
פֿרעגט דאָס ייִנגעלע בײַם קול:
— ווער ביסטו?
ענטפֿערט אים דאָס קול:
— איך בין דער מלאך פֿון שלאָף, און איך גיב אַכטונג, אַז אַלע ייִנגלעך זאָלן גוט שלאָפֿן.
האָט דער מלאך פֿון שלאָף אַוועקגעטראָגן אויף זײַנע פֿליגלען דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע אַהיים צו זײַן טאַטע־מאַמען און אַרײַנגעלייגט אים אין זײַן בעטעלע, און ייִנגעלע־רינגעלע איז אײַנגעשלאָפֿן, און אַזוי אָפּגעשלאָפֿן די גאַנצע נאַכט.
אין דער פֿרי האָט זיך ייִנגעלע־רינגעלע אויפֿגעכאַפּט און דערציילט אַלצדינג זײַן טאַטן מיט זײַן מאַמען. און טאַטע־מאַמע האָבן צו אים געזאָגט:
— ביסט אַ טײַער קינד, אָבער פֿאַר וואָס גייסטו אַליין אין וואַלד?
ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:
איך גיי ניט אַליין, איך גיי מיטן רינגעלע.
האָבן טאַטע־מאַמע געשמייכלט און געזאָגט, אַז אויב מיטן רינגעלע, מעג ער גיין. און דאָס ייִנגעלע איז ווײַטער אַוועק מיטן רינגעלע גלײַך צו יענער זײַט טײַך, — און וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
(דריטער קאַפּיטל פֿון „ייִנגעלע רינגעלע‟ אין קומעדיקן „עונג־שבת‟)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.