געוויסע מענטשן קומען אַרײַן אין אַ צימער, וווּ זיי קענען קיינעם נישט, און גייען פֿון איין לעבעדיקן שמועס צו אַ צווייטן, שאַפֿנדיק דערבײַ נײַע געשעפֿט־קאָנטאַקטן און פֿרײַנד. ווי אַזוי טוען זיי דאָס?
אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ לעצטנס דערקלערט, אַז אַזוינע מענטשן ווייסן פּשוט ווי אויסצוטײַטשן די גופֿשפּראַך פֿון די מענטשן אין זאַל. דערבײַ גיט די מחברטע, סו שעלענבאַרגער, אַ פּאָר אומגעריכטע אײַנזעענישן. למשל: אַ לעבעדיקער מאַנסביל, וואָס באַגריסט פֿרעמדע מיט אַ ברייטן שמייכל, אַ הויכן קול, דריקט זייער האַנט מיט דרייסטקייט, און האָט אַ טוץ וויזיט־קאַרטלעך אין קעשענע, איז אפֿשר אַ פֿרײַנדלעכער טיפּ, אָבער מסתּמא מאַכט ער נישט קיין דויערנדיקע פֿאַרבינדונגען מיט מענטשן.
אויב איר טרעפֿט זיך מיט עמעצן אויף אַן אונטערנעמונג, און פֿינף מינוט שפּעטער גיט ער אײַך שוין אַ פֿרײַנדלעכן קלאַפּ אין דער פּלייצע, און רופֿט אײַך בײַם צונאָמען (בעני, אַנשטאָט בנימין), איז קלאָר, אַז ער זוכט בלויז נײַע קונים, און איז בכלל נישט פֿאַראינטערעסירט אין אָנקניפּן אַ נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט, שרײַבט שעלענבאַרגער.
די וויכטיקסטע זאַך איז צו וויסן ווי „איבערצולייענען‟ דעם אויפֿפֿיר פֿון קליינע גרופּעס מענטשן אין צימער. אויב, למשל, איר זעט אַ גרופּע מענטשן, וואָס אַלע רעדן מיט אַ מאָל, און צעלאַכן זיך אָפֿט, הייסט עס, אַז זיי קענען זיך שוין פֿון לאַנג, און דערציילן זייערע בשותּפֿותדיקע זכרונות און פּריוואַטע וויצן. אַזאַ גרופּע וועט מסתּמא נישט וואַרעם אויפֿנעמען אַ דרויסנדיקן.
און נאָך אַ בײַשפּיל: אויב אַ 4־5 מענטשן שטייען אין אַן ענגן קרײַז; קוקן בלויז איינער אויפֿן אַנדערן און רעדן מיט שטילע, ערנסטע טענער, פּרוּוון זיי מסתּמא געפֿינען אַ לייזונג צו אַן ערנסטער בשותּפֿותדיקער פּראָבלעם, און וועלן מסתּמא אויך נישט זײַן שטאַרק פֿרײַנדלעך צו אַ נײַעם מענטש.
פֿון דער אַנדערער זײַט, אויב איר זעט אַ גרופּע מענטשן, וואָס שטייען אַ ביסל אָפּגעזינדערט איינער פֿונעם צווייטן, און דער שמועס גייט עפּעס נישט ווי געשמירט, וועלן זיי מסתּמא זײַן צופֿרידן, אַז אַ נײַער מענטש קומט צו, בפֿרט עמעצער, וואָס קאָן אַליין אָנהייבן אַן אַינטערעסאַנטן שמועס.
איין גוטע עצה איז, אַז ווען איר גייט אַרײַן אין אַ צימער מיט פֿרעמדע לײַט, זוכט אויס אַ קליינע גרופּע, וואָס האָט זיך נאָך נישט „אָנגעוואַרעמט‟. אויב זיי זעען אויס נישט שטאַרק פאַראינטערעסירט אינעם שמועס, נייטיקן זיי זיך מסתּמא אין אַ מענטש, וואָס קאָן אויפֿלעבן די קאָנווערסאַציע.
און ווען צוויי מענטשן שטייען איינער לעבן דעם אַנדערן, אָבער קוקן זיך נישט פּנים־אל־פּנים, נאָר פֿאַרקערט — זיי קוקן אויף די מענטשן אינעם זאַל, איז עס אַ סימן, אַז זיי זענען גרייט צו רעדן מיט אַנדערע.
דער בעסטער סימן, אַז די מענטשן אין אַ געוויסער גרופּע וועלן זײַן פֿרײַנדלעך צו דרויסנדיקע איז, אויב זיי דרייען זיך אויס צו אײַך און קוקן אויף אײַך מיט אַ וואַרעמען שמייכל, ווען איר קומט צו. אויב אָבער אַ מענטש זאָגט, אַז ער איז צופֿרידן זיך צו באַקענען מיט אײַך, אָבער זײַנע אָרעמס בלײַבן פֿאַרלייגט אויף דער ברוסט, איז עס אַ סימן פֿון אָנגעשפּאַנטקייט, און קאָן מיינען, אַז אין דער אמתן, מיינט ער נישט וואָס ער זאָגט.
איין זאַך, וואָס איר זאָלט נישט טאָן: פּרוּווט נישט צו מאַכן אַ גוטן רושם אויף אַנדערע דורכן באַרימען זיך וועגן אײַערע אויפֿטוען. מענטשן זענען מער צוגעצויגן צו איינעם וואָס באַציט זיך וואַרעם צו זיי און מאַכט אַן אויגן־קאָנטאַקט מיט זיי.
אַפֿילו שעמעוודיקע מענטשן קענען זיך אויסלערנען ווי צו באַהערשן אַ צימער מיט פֿרעמדע. אַז מע גייט אַרײַן אין אַ צימער מיט פֿרעמדע, העלפֿט עס צו טראַכטן: „איך בין דאָ, כּדי צו העלפֿן אַנדערע.‟ אַזוי אַרום, ווען איר באַקענט זיך מיט עמעצן, קענט איר אים דערציילן, למשל, וועגן אַ געראָטענעם רעסטאָראַן, וואָס האָט זיך לעצטנס געעפֿנט, אָדער דערציילן וועגן קלאַסן, וווּ מע קען זיך לערנען פֿאַרשידענע זאַכן. דערנאָך הערט זיך צו צו די קאָמענטאַרן פֿון אַנדערע, און רעאַגירט אויף זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.