בעת די שווערע עקאָנאָמישע צײַטן, איז פֿאַרשטענדלעך, אַז די עלטערן פֿון מיטלשול־תּלמידים און קאָלעדזש־סטודענטן זאָלן פּרוּוון פֿאַרזיכערן אַ גוטע בילדונג, אַ לײַטישע קאַריערע און במילא אַ גוטע פּרנסה פֿאַר זייערע קינדער.
אָבער לויט אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿון וויקי אייבעלעס, פֿילן הײַנט אַ סך יונגע לײַט אַזאַ דרוק מצליח צו זײַן, אַז אָפֿט מאָל דערפֿירט עס צו דעפּרעסיע און שווערע אַנגסטן. שטעלט זיך די פֿראַגע: איז עס כּדאי?
ד״ר סטואַרט סלייווין, אַ קינדער־דאָקטער און פּראָפֿעסאָר אין דער מעדיצינישער שול פֿון „סיינט לויִס אוניווערסיטעט‟, האַלט, אַז ניין. מיט זעקס יאָר צוריק האָט ער אַנטדעקט זייער אַ הויכן פּראָצענט אַנגסטן און דעפּרעסיע בײַ זײַנע מעדיצינישע סטודענטן. האָט ער, אין איינעם מיט זײַנע קאָלעגן, אײַנגעפֿירט עטלעכע ענדערונגען אין דער לערן־פּראָגראַם: מע האָט אָפּגעשאַפֿן צייכנס פֿאַר די אַרײַנפֿיר־קלאַסן, און אַנשטאָט דעם — לאָזט מען די סטודענטן בלויז וויסן, צי זיי האָבן אויסגעהאַלטן דעם קלאַס, צי נישט; מע האָט יעדע צווייטע וואָך געגעבן די סטודענטן אַ האַלבן טאָג פֿרײַ, און מע האָט אויך אײַנגעפֿירט לערן־חבֿרותאס, כּדי צו דערנענטערן די סטודענטן איינער צום צווייטן. הײַנט איז דער פּראָצענט סטודענטן מיט דעפּרעסיע און אַנגסטן אַ סך נידעריקער.
דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג האָט סלייווין זיך דערוווּסט, אַז די זעלבע צרה געפֿינט מען בײַ מיטלשול־תּלמידים. ער האָט דורכגעפֿירט אַן אַנקעטע פֿון 2,100 תּלמידים אין דער „אירווינגטאָן־מיטלשול‟ אין פֿרעמאָנט, קאַליפֿאָרניע, כּדי צו מעסטן זייער פּסיכאָלאָגיש געזונט, און אַנטדעקט, אַז 54% פֿון זיי האָבן געליטן פֿון דעפּרעסיע, און נאָך מער שאָקירנדיק — גאַנצע 80% האָבן אָפֿט געליטן פֿון שווערע אַנגסטן.
„דאָס איז אַ סך מער ווי מע זעט אין אַ געוויינטלעכער באַפֿעלקערונג פֿון יונגע לײַט,‟ האָט ער געזאָגט בעת אַ זיצונג מיט די לערער פֿון דער שול, און צוגעגעבן, אַז מסתּמא איז דער פּראָצענט לײַדנדיקע נאָך העכער. ווי אַזוי ווייסט ער דאָס? ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָבן אַ טייל תּלמידים זיך נישט באַטייליקט אין דער אַנקעטע, ווײַל זיי האָבן געהאַלטן אין מיטן מאַכן די Advanced Placement עקזאַמענס — אַן איראָנישער צופֿאַל, ווײַל יענע אַוואַנסירטע קלאַסן זענען מסתּמא אַליין שולדיק אין העכערן די צאָל פֿאַלן פֿון דעפּרעסיע און אַנגסטן.
דעם זעלבן דרוק אויף קינדער זעט מען אין אַ סך מיטלשולן איבער אַמעריקע. יעדן שולטאָג, נאָך די געוויינטלעכע זיבן שעה לערנען, האָרעווען אונדזערע קינדער ווײַטער שעהען לאַנג איבער דער היימאַרבעט; דערצו לויפֿן זיי צו טרענירונג־סעסיעס פֿון ספּאָרט, מוזיקאַלישע רעפּעטיציעס, און אַנדערע אַזוינע אַקטיוויטעטן, וואָס די קינדער (און זייערע עלטערן) האָפֿן, וועלן מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק, ווען זיי אַפּליקירן צו די בעסטע אוניווערסיטעטן.
צום באַדויערן, זעט מען, אַז דאָס „געיעג‟ מצליח צו זײַן באַרײַכערט נישט דאָס לעבן פֿון די קינדער, נאָר טוט אָפֿט פּונקט דאָס פֿאַרקערטע: עס שוואַכט אָפּ זייער פּסיכאָלאָגיש געזונט און גראָבט ממש אונטער זייער פּאָטענציאַל זיך אויסצוצייכענען. פּראָסט און פּשוט: די הײַנטיקע בילדונג מאַכט זיי קראַנק.
כּמעט אַ דריטל יוגנטלעכע האָבן געזאָגט אין אַן אַנקעטע פֿון דער „אַמעריקאַנער פּסיכאָלאָגישער אַסאָציאַציע‟, אַז זיי פֿילן אָפֿט די סימפּטאָמען פֿון אומעט און דעפּרעסיע, און אַז די גרעסטע סיבה פֿון דעם איז דער דרוק איבער זייער שול־אַרבעט. לויטן „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟, שלאָפֿן זייער אַ הויכער פּראָצענט דערוואַקסלינגען נישט גענוג: זעקס שעה אַנשטאָט אַכט. און נאָך מער — וואָס מער היימאַרבעט זיי טוען, אַלץ ווייניקער שעהען שלאָפֿן זיי. אין אַ פֿאַראַיאָריקער אַנקעטע פֿון די עצה־געבער, וואָס העלפֿן סטודענטן זיך צוגרייטן צום קאָלעדזש, האָבן 94% געזאָגט, אַז זיי זעען לעצטנס אַלץ מער מיטלשול־תּלמידים מיט ערנסטע פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען.
אַפֿילו פֿינף־, זעקס־ און זיבן־יאָריקע קינדער לײַדן הײַנט פֿון מיגרען־קאָפּווייטיקן און מאָגן־געשווירן, האָבן אַ צאָל קינדער־דאָקטוירים שוין באַמערקט. די דאָקטוירים האַלטן, אַז דאָס איז אויך אַ רעזולטאַט פֿונעם דרוק זיך אויסצוצייכענען.
דערווײַל באַמיִען זיך די לערער אין דער „אירווינגטאָן־מיטלשול‟ צו פֿאַרבעסערן דעם פּסיכאָלאָגישן מצבֿ פֿון זייערע תּלמידים. הײַנט גיט מען די תּלמידים נישט מער ווי 20 מינוט היימאַרבעט פֿאַר יעדן קלאַס, און מע גיט זיי בכלל נישט קיין היימאַרבעט אויפֿן סוף־וואָך אָדער בעת די חגאות. אַחוץ דעם, טרעפֿן זיך די עצה־געבער מיט יעדן תּלמיד באַזונדער פֿאַר יעדן שול־זמן, כּדי צו העלפֿן אים צונויפֿשטעלן אַ לערן־פּראָגראַם, וואָס איז נישט צו שווער. ווי אַ רעזולטאַט, זעען אַ סך ווייניקער תּלמידים אויס דערשלאָגן אָדער פֿאַרזאָרגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.