אָט זענען עטלעכע גרינגע זאַכן, וואָס איר קענט שוין הײַנט טאָן, איידער איר לייגט זיי שלאָפֿן:
געפֿינט ביכלעך מיט פֿאַרביקע אילוסטראַציעס און אַ לענגערן טעקסט. אַזוינע ביכער רופֿן אַרויס מער פֿראַגעס בײַ די צוהערער, איידער ביכלעך מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס און קורצע אונטערשריפֿטן.
פֿרעגט זיי פֿראַגעס וועגן די בילדער. קינדער צווישן 16 און 24 חדשים לערנען זיך יעדן טאָג נײַע ווערטער. איר קענט אויך העלפֿן צו פֿאַרגרעסערן זייער ווערטער־אוצר. ווען איר זעט אַ בילד פֿון אַ הינטל, פֿרעגט: „זעסטו דאָס הינטל? וואָסער קאָליר איז עס? וואָס טוט עס איצט?‟
טוליעט זיך צו צו די קינדער בשעת איר לייענט זיי פֿאָר אַ מעשׂה. אַזוי וועלן זיי תּמיד פֿאַרבינדן דאָס לייענען מיט וואַרעמע געפֿילן. ס׳קאָן זיי אויך גיבן מער צוטרוי צו זיך אַליין — אַ וויכטיקע זאַך, בפֿרט פֿאַר שעמעוודיקע קינדער.
רעדט וועגן דעם ביכל אַליין. רופֿט די קינדער אָן דעם נאָמען פֿונעם מחבר; דערקלערט אים וואָס אַ שרײַבער טוט; ווײַזט זיי ווי אַזוי מע האַלט אַ ביכל, ווי אַזוי מע לייענט פֿון רעכטס אויף לינקס (אויב ס׳איז אויף ייִדיש) און פֿון לינקס אויף רעכטס (אויב ס׳איז אויף ענגליש), און ווי אַזוי מע מישט די זײַטלעך.
פֿאַרבינדט די געשעענישן אינעם בוך מיטן אמתן לעבן. אויב דאָס בוך דערציילט ווי שׂרהלע גייט אין שפּײַזקראָם, דערמאָנט די קינדער, ווי איר זענט אַ מאָל געגאַנגען צוזאַמען אין שפּײַזקראָם. אויב די קינדער זענען עלטער פֿון 2 יאָר, פֿרעגט זיי וואָסערע שפּײַזן אָדער אינטערעסאַנטע מאָמענטן האָבן זיי פֿאַרגעדענקט.
ניצט דאָס ביכל אַרויסצורופֿן אַ שמועס: ס׳איז נישט נייטיק צו ענדיקן דאָס גאַנצע ביכל. אויב אײַערע קינדער הייבן אָן שטעלן פֿאַרשידענע שאלות, פֿירט אַ שמועס מיט זיי וועגן דעם, ווײַל אַזוי וועלן זיי זיך אויסלערנען אַ סך וועגן דער וועלט.
שעמט זיך נישט נאָכצומאַכן די קולות פֿון די העלדן אין ביכל, אָדער די קלאַנגען פֿון די חיות. אַזאַ טעאַטער־שפּיל וועט העלפֿן די קינדער פֿאַרשטיין ווער עס רעדט, און וועט אויך אַרויסרופֿן אַ שמייכל בײַ זיי.
לאָזט די קינדער פֿאָרויסזאָגן וואָס ס׳וועט באַלד געשען. „וואָס מיינסטו וועט דאָס מײַזעלע טאָן נאָכן מאַכן אַזאַ איבערקערעניש?‟ „וווּהין וועלן די פֿאַרבלאנדזשעטע קינדער איצט גיין?‟ ווען איר בעט אײַערע קינדער פֿאָרויסצוזאָגן וואָס ס׳וועט פֿאָרקומען ווײַטער, העלפֿט איר זיי בעסער פֿאַרשטיין דעם סיפּור־המעשׂה; עס לערנט זיי ווי צו טראַכטן אויף אַ שאַפֿערישן אופֿן, און קאָן זיי אַפֿילו לערנען ווי צו לייזן טאָג־טעגלעכע פּראָבלעמען.
צווינגט נישט די קינדער אײַנצוזיצן. דאָס לייענען צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע דאַרף זײַן אַ פּאָזיטיווע איבערלעבונג, און נישט אויסזען ווי אַ שטראָף. אויב אַ קינד פֿאַרלירט דעם אינטערעס אינעם ביכל, וועט עס אפֿשר אַ ביסל אַרומלויפֿן איבערן צימער, אָבער דערנאָך וועט מסתּמא צוריקקומען. אויב עס קומט נישט צוריק, לייענט ווײַטער דאָס ביכל אויף אַ קול און מאַכט קאָמענטאַרן. מיט דער צײַט וועט דאָס קינד, צוליב נײַגעריקייט, זיך אומקערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.