No Place Like Home

פּסחדיק פֿרוכט־געבעקס

Passover Cobbler

  • Print
  • Share Share

די פּאָטראַווע, וואָס האָט בלויז אַ ביסל צוקער, איז אַ גוטער מיטל צו באַפֿרידיקן דעם הונגעריק, אין די טעג, ווען ברויט איז נישט קיין אָפּציע.

שפּריצבוימל

3 גרויסע אייער

1/3 טעפּל צוקער

1/4 טעפּל בוימל

3/4 טעפּל מצה־מעל

2 לעפֿל קאַרטאָפֿל־קראָכמאַל

6־8 טעפּלעך אָפּגעשיילטע צעשניטענע עפּל, באַרן אָדער טרוסקאַפֿקעס

1/8 טעפּל צימערינג־צוקער

וואַניל אײַזקרעם

הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ קליינעם בעקן מיט שפּריצבוימל.

צעקלאַפּט די אייער מיטן צוקער און מישט אַרײַן דעם בוימל, מצה־מעל, קאַרטאָפֿל־קראָכמאַל און זאַלץ.

לייגט די צעשניטענע פֿרוכטן אַרײַן אין בעקן און באַשפּרענקלט עס מיט ס׳רובֿ פֿונעם צימערינג־צוקער. באַגיסט דאָס פֿרוכט־געמיש מיטן טייג, און באַשיט עס מיטן איבעריקן צימערינג־צוקער.

באַקט עס ביז דאָס טייג ווערט סאָליד און ברוינט זיך צו, בערך 45 מינוט. דערלאַנגט עס צום טיש הייס, וואַרעם אָדער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור, באַגלייט מיט אַ לעפֿל וואַנילן אײַזקרעם.