ווען מע גייט אין שפּיטאָל צוליב אַ צעבראָכענעם אָרעם, וועלן די דאָקטוירים, געוויינטלעך, אָפּערירן אויף דעם, אָבער לויט די רעזולטאַטן פֿון אַ צוויי־יאָריקער שטודיע, קאָנען ס׳רובֿ בראָכן פֿונעם אָרעם זיך אויסהיילן אָן שום כירורגיע. דעם באַריכט האָט מען לעצטנס פּובליקירט אינעם מעדיצינישן זשורנאַל JAMA.
די פֿאָרשער האָבן אָבסערווירט 231 פּאַציענטן, וועלכע זענען אַרײַנגענומען געוואָרן אין בריטישע שפּיטאָלן צוליב אַ בראָך אינעם הומערוס — דער ביין וואָס פֿאַרבינדט דעם אַקסל מיטן עלנבויגן. 114 פֿון די פּאַציענטן האָט מען געשיקט אויף כירורגיע, און בײַ 117 פֿון זיי האָט מען פּשוט פֿאַרבונדן דעם אָרעם מיט אַ בינדע, כּדי ער זאָל בלײַבן אומבאַוועגלעך. די פֿאָרשער האָבן צוויי יאָר לאַנג געהאַלטן אַן אויג אויף די פּאַציענטן פֿון ביידע גרופּעס, און זיי רעגלמעסיק געמאַכט אַ גוף־באַטראַכטונג.
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן ביידע גרופּעס געהאַט ענלעכע רעזולטאַטן, וואָס שייך ווייטיקן און באַקוועמלעכקייט, אָבער דווקא אין דער כירורגיע־גרופּע האָבן זיך אַנטוויקלט מער פּראָבלעמען מיטן האַרץ און מיטן אָטעמען.
דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, ד״ר אַמאַר ראַנגאַן, פֿון „דזשיימס קוק שפּיטאָל‟ אין מידלסבראָ, ענגלאַנד, האָט געזאָגט, אַז געוויסע ברוכן פֿאָדערן יאָ כירורגיע, אָבער יענע פּאַציענטן האָט מען נישט אַרײַנגענומען אין דער שטודיע.
„פּאַציענטן זענען שוין גענוג דערשראָקן, ווען זיי קומען אין שפּיטאָל מיט אַן צעבראָכענעם ביין,‟ האָט ער געזאָגט. „איצט קענען מיר זיי פֿאַרזיכערן, אַז כירורגיע איז נישט נייטיק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.