ווען דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון האַרוואַרד, לאָרענס סאָמערס, האָט אין 2005 געשטעלט די פֿראַגע, צי דער דוחק פֿון פֿרויען אין די קאַטעדרעס פֿון וויסנשאַפֿט און מאַטעמאַטיק איז אפֿשר אַ סימן, אַז מענער האָבן אַ גרעסערע אײַנגעבוירענע פֿעיִקייט צו מאַטעמאַטיק איידער פֿרויען, האָט עס אַרויסגערופֿן אַזאַ געוואַלד, אַז האַרוואַרד האָט אים געמוזט באַזײַטיקן פֿון דער פּאָזיציע.
לאָרענס׳ קריטיקער האָבן געטענהט, אַז די סיבה פֿאַרן דוחק פֿון פֿרויען אין די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַכן איז, אַז במשך פֿון זייער בילדונג, האָט מען די מיידלעך פּשוט נישט גענוג געמוטיקט זיך אויסצוצייכענען אין מאַטעמאַטיק. בעת די מחלוקת האָט זיך צעפֿלאַקערט, האָבן אַ צאָל אַקטיוויסטן זיך אונטערגענומען צו טאָן אַלץ מעגלעך, צו דערמעגלעכן די פֿרויען אויסצוקלײַבן פֿאַכן אין וויסנשאַפֿט, טעכנאָלאָגיע, אינזשענעריע און מאַטעמאַטיק.
דערווײַל האָט מען אָבער פֿאַרגעסן אַ צווייטן וויכטיקן פֿאַקט: כאָטש די מיידלעך קריגן טאַקע שוואַכערע צייכנס ווי ייִנגלעך אין מאַטעמאַטיק, קריגן די ייִנגלעך אַ סך ערגערע צייכנס בײַם לייענען און שרײַבן, וואָס איז מסתּמא די וויכטיקסטע געניטשאַפֿט פֿון אַלע.
די „אָרגאַניזאַציע פֿאַר עקאָנאָמישער צוזאַמענאַרבעט‟ (OECD) — אַ בשותּפֿותדיקע עקספּערטן־קאָמיסיע פֿון די, צום מערסטן, אינדוסטריאַליזירטע לענדער אויף דער וועלט — האָט לעצטנס טאַקע פּובליקירט אַ באַריכט וועגן דער אומגלײַכקייט צווישן ייִנגלעך און מיידלעך אין די לערן־אַנשטאַלטן, אויפֿן סמך פֿון די צייכנס, וואָס ייִנגלעך און מיידלעך איבער דער וועלט האָבן באַקומען אין אַ ריי סטאַנדיזירטע עקזאַמענס.
ערשטנס, האָט מען בײַ די גוטע תּלמידים באַמערקט, אַז אין 61 פֿון די 63 לענדער, וווּ מע האָט אָפּגעגעבן די עקזאַמענס, האָבן די ייִנגלעך טאַקע געקראָגן בעסערע צייכנס אין מאַטעמאַטיק און וויסנשאַפֿט ווי מיידלעך. דער באַריכט האָט אויך איבערגעגעבן, אַז פֿרויען מײַדן ווײַטער אויס וויסנשאַפֿטלעכע קאַריערעס: אין אַלע לענדער פֿון דער OECD, האָבן בלויז 14% יונגע פֿרויען אין קאָלעדזש אויסגעקליבן אַ וויסנשאַפֿטלעכן געביט, אין פֿאַרגלײַך מיט 39% פֿון די מאַנסבילן.
אָבער ווען עס האָט זיך גערעדט בלויז וועגן די שוואַכערע תּלמידים אין דער שטודיע, זענען די צייכנס בײַ די ייִנגלעך געווען אַ סך ערגער ווי די מיידלעך — אין אַלע לימודים, אַפֿילו אין מאַטעמאַטיק, און דאָס איז אַ מוראדיקע אָנצוהערעניש וועגן די פּראָבלעמען, וואָס די ייִנגלעך — און במילא די גאַנצע געזעלשאַפֿט — וועט נאָך לײַדן אין דער צוקונפֿט.
בקיצור, 60% פֿון די שוואַכע תּלמידים — די וואָס האָבן באַקומען זייער נידעריקע צייכנס אין מאַטעמאַטיק, לייענען און וויסנשאַפֿט — זענען ייִנגלעך. מער ייִנגלעך באַקומען שלעכטע צייכנס ווי מיידלעך אין יעדן לאַנד, אַחוץ לוקסעמבורג און ליכטענשטיין. בײַ די שוואַכסטע תּלמידים, האָבן די אַמעריקאַנער מיידלעך באַקומען גאַנצע 49 פּונקטן מער אויף די לייען־עקזאַמענס ווי די ייִנגלעך!
אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל אויף דער וויכטיקער טעמע לעצטנס, האָט די „ניו־יאָרק טײַמס‟ ציטירט פּראָפֿ׳ גיסערט שטאָעט, אַ לערער פֿון פּסיכאָלאָגיע אינעם גלאַסגאָער אוניווערסיטעט אין שאָטלאַנד: „מע האַלט אין איין הערן, אַז די מיידלעך איבער דער וועלט גיט מען נישט גענוג געלעגנהייטן זיך אויסצוצייכענען אין די לימודים, אָבער דאָס איז פּשוט נישט אמת אין ס׳רובֿ לענדער פֿון דער וועלט. פֿאַרקערט, די ייִנגלעך זענען אַ סך שוואַכערע תּלמידים, און האָבן ווייניק געלעגנהייטן זיך אַרויסצודרייען פֿון די צרות, אָבער קיינער האַלט נישט, אַז מע דאַרף זיי העלפֿן.‟
דער פֿאַקט, אַז פֿרויען האָבן מער הצלחה אין בילדונג ווי מענער, זעט זיך בולט אָן אין די קאָלעדזשן. אַ שטודיע אַרויסגעלאָזט אין 2012 האָט אָנגעוויזן, אַז 34% פֿרויען צווישן 25 און 64 יאָר אין די אינדוסטריאַליזירטע לענדער האָבן אַ קאָלעדזש־דיפּלאָם, אין פֿאַרגלײַך מיט 30% פֿון די מענער.
די מורא איז, אַז די נישט־געבילדעטע ייִנגלעך וועלן ווײַטער בלײַבן שטעקן אין אַ פֿרוסטרירנדיקער פֿאַרכּישופֿטער ראָד פֿון נידעריקע צייכנס, אַ גלײַכגילט צום לערנען, און אַ דוחק פֿון אַמביציע. ווי אַ רעזולטאַט, וועלן זיי שפּעטער מסתּמא נישט מצליח זײַן אויפֿן אַרבעט־מאַרק, וואָס פֿאָדערט הײַנט אַלץ מער פֿעיִקייטן און געניטשאַפֿטן.
„וואָס וועט זײַן מיט די ייִנגלעך אין 20 יאָר אַרום, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ייִנגלעך האָבן ווי עס איז אַ גרעסערע נטיה צו בלוט־פֿאַרגיסונג ווי מיידלעך?‟ האָט שטאָעט געפֿרעגט. „דאַרף דאָס נישט ווערן בײַ אונדז אַ פּריאָריטעט?‟
שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס קען מען דערווײַל טאָן צו העלפֿן סײַ די מיידלעך צו פֿאַרבעסערן זייערע מאַטעמאַטישע פֿעיִקייטן, סײַ די ייִנגלעך צו ווערן בעסערע תּלמידים בכלל? ערשטנס, קאָנען עלטערן פֿאַרשרײַבן די טעכטער, נאָך אין די ייִנגסטע יאָרן, אין ספּעציעלע קלובן און זומער־לאַגערן פֿאַר מאַטעמאַטיק און טעכנאָלאָגיע, און שפּעטער — מוטיקן זיי אַרײַנצוגיין אין וויסנשאַפֿטלעכע טעכנישע קאַריערערס.
די עלטערן פֿון ייִנגלעך דאַרפֿן נייטן זייערע זין אויסצולעשן זייערע ווידעאָ־שפּילן, און גיין מאַכן די היימאַרבעט — אַ זאַך, וואָס אַ סך ייִנגלעך פּרוּוון אויסמײַדן. דערצו דאַרף מען מוטיקן די ייִנגלעך צו לייענען ביכער אויף טעמעס וואָס געפֿעלן זיי, אַפֿילו אויב די ביכער זענען אַ ביסל שווער. פֿאַר וואָס? ווײַל אָן דער האָרעוואַניע פֿון לייענען אַ קאָמפּליצירטן טעקסט, וועלן די ייִנגלעך ווײַטער קריגן נידעריקע צייכנס בײַם לייענען און שרײַבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.