פּראָבלעמען מיט מעדיקאַמענטן זענען די סיבה פֿאַר וואָס אַ סך קינדער ווערן געבראַכט אינעם פּקוח־נפֿש אָפּטייל פֿון שפּיטאָל, ווײַזט אָן אַ נײַע שטודיע.
די פֿאָרשער האָבן אַנטדעקט, אַז במשך פֿון אַ יאָר זענען אין אַ געוויסן קאַנאַדער קינדער־שפּיטאָל געווען בערך 8% פֿון די נויטפֿאַלן אַ רעזולטאַט פֿון מעדיקאַמענט־פּראָבלעמען, און בערך אַ דריטל פֿון די אינצידענטן האָט מען געקאָנט אויסמײַדן, האָבן די פֿאָרשער דערקלערט.
די גרעסטע צאָל נויטפֿאַלן זענען געווען אין שײַכות מיט אינפֿעקציעס אָדער מיט אַסטמע.
די רעזולטאַטן, וואָס זענען פּובליקירט געוואָרן דעם 2טן פֿעברואַר אויף דער וועבזײַט פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל Pediatrics, זענען נישט קיין סימן, אַז עלטערן דאַרפֿן מורא האָבן צו געבן זייערע קינדער די נייטיקע מעדיקאַמענטן, נאָר בלויז, אַז טאַטע־מאַמע און עלטערע קינדער זאָלן האָבן אַ „קלאָרן פֿאַרשטאַנד‟ פֿאַר וואָס דער דאָקטער האָט צוגעשריבן דעם דאָזיקן מעדיקאַמענט, און ווי אַזוי אים ריכטיק צו ניצן, האָט דערקלערט דער הויפּט־פֿאָרשער, פּיטער זעד, אַן אַפּטייקער און געהילף־פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט פֿון בריטיש־קאָלאָמביע, אין וואַנקוּווער, קאַנאַדע.
זעדס מאַנשאַפֿט האָט אַנטדעקט, אַז די הויפּט־סיבות פֿון די וויזיטן צום פּקוח־נפֿש אָפּטייל זענען געווען אַלערגישע רעאַקציעס און נעגאַטיווע בײַ־עפֿעקטן פֿון מעדיקאַמענטן. אַ דריטע סיבה איז, אַז מע האָט נישט ריכטיק געניצט דעם מעדיקאַמענט. אינעם פֿאַל פֿונעם טיפּ 1 דיאַבעט איז די צרה געווען, אַז די קינדער האָבן נישט אײַנגענומען זייער דאָזע פֿון אינסולין.
ווען אַ קינד האָט אַ כראָנישע געזונט־פּראָבלעם אָדער לײַדט פֿון פֿאַרשידענע פּראָבלעמען, וואָס ווערן באַהאַנדלט דורך מער ווי איין דאָקטער, איז זייער וויכטיק, אַז די עלטערן זאָלן פּרטימדיק אויספֿרעגן דעם דאָקטער וועגן דעם, ווי אַזוי מע דאַרף דעם מעדיקאַמענט אײַננעמען, האָט געזאָגט לאָראַ פּיזי, אַ פּראָפֿעסאָרין אין דער „דזשעפֿערסאָן־שול פֿון פֿאַרמאַקאָלאָגיע‟ אין פֿילאַדעלפֿיע.
דאָקטוירים זענען אָפֿט זייער פֿאַרנומען, גיבן זיי נישט איבער אַלע פּרטים וועגן דעם ריכטיקן אופֿן אײַנצונעמען אַ מעדיקאַמענט אָדער די פּאָטענציעלע סכּנות דערפֿון. דערפֿאַר דאַרפֿן די עלטערן זיך פֿילן פֿרײַ צו שטעלן פֿראַגעס דעם קינדס דאָקטער אָדער דעם אַפּטייקער. די פֿאָרשער עצהן אויך, אַז ס׳איז גוט תּמיד צו קויפֿן אַלע מעדיקאַמענטן אין דער זעלבער אַפּטייק, וווּ דער אַפּטייקער קען אײַך שוין, און בפֿרט, אויב איר פֿילט זיך באַקוועם צו רעדן מיט אים.
„אַן אַפּטייקער איז אַ טרענירטער עקספּערט פֿון מעדיקאַמענטן, און זײַנע עצות קאָסטן נישט קיין געלט,‟ האָט פּיזי באַמערקט. „אין געוויסע אַפּטייקן, איז דער אַפּטייקער אַזוי פֿאַרנומען, אַז ס׳איז שווער אים צו שטעלן פֿראַגעס. זוכט גיכער אויס אַן אַפּטייק, וואָס איז נישט אַזוי פֿאַרנומען. פּרוּווט אויס פֿאַרשידענע ערטער, ביז איר געפֿינט אַן אַפּטייקער, וואָס געפֿעלט אײַך.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.