No Place Like Home

ווען אַלע שוועסטער־ברידער בלײַבן אומבאַפּאָרט

When Grown Siblings Remain Single

  • Print
  • Share Share

איך האָב שוין פֿון לאַנג באַמערקט אַ פֿענאָמען בײַ געוויסע משפּחות, וווּ קיין איינער פֿון די דערוואַקסענע קינדער האָט נישט חתונה געהאַט. דאָ רעד איך וועגן די משפּחות, וווּ טאַטע־מאַמע קומען דווקא גוט אויס, און זענען שוין יאָרן לאַנג צוזאַמען. מיט אַנדערע ווערטער, די קינדער האָבן אַ מוסטער פֿון אַ געראָטענעם זיווג־לעבן, אָבער האָבן פֿאָרט נישט חתונה געהאַט.

לויט אַן אַנקעטע, פּובליקירט פֿונעם „פּיו פֿאָרשצענטער‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער, לעבן הײַנט 25% אַמעריקאַנער אין די 40ער און 50ער אָן אַ זיווג. אין 2013 האָבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געוווינט מער ווי 100 מיליאָן אומבאַפּאָרטע מענטשן. 53% פֿון זיי זענען געווען פֿרויען, און 47% — מאַנצבילן.

ווי עס האָט לעצטנס איבערגעגעבן אַליסאָן קרוגער אין אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, דאַרפֿן אָט די משפּחות זיך אַן עצה געבן מיט עטלעכע שוועריקייטן אין שײַכות מיט זייער סיטואַציע. ערשטנס — די געפֿילן פֿון די קינדער אַליין, וועגן נישט האָבן געפֿונען קיין לעבנס־באַגלייטער; צווייטנס, דאַרפֿן אַ סך פֿון די עלטערן שלום מאַכן מיט דער אידעע, אַז זיי וועלן מסתּמא נישט האָבן קיין אייניקלעך; דריטנס — דער דרוק פֿון דרויסנדיקע מענטשן.

די משפּחה פֿאָלי איז אַ בײַשפּיל דערפֿון. די מאַמע, באַרבאַראַ, און דער טאַטע, סטיוו, האָבן חתונה געהאָט מיט 41 יאָר צוריק און באַרבאַראַס אייגענע עלטערן האָבן געלעבט צוזאַמען 60 יאָר. אירע 10 ברידער און שוועסטער האָבן אַלע חתונה געהאַט, אָבער אירע אייגענע דרײַ טעכטער, אַלט 36, 38 און 40 יאָר אַלט — נישט. „כ׳בין געווען זיכער, אַז מײַנע טעכטער וועלן אויך אָננעמען די טראַדיציע,‟ האָט זי געזאָגט.

אַ פּנים איז עס נישט געווען באַשערט, הגם די טעכטער האָבן אַלע מצליח געווען אין זייערע קאַריערעס (איינע איז אַן אַרכיטעקטין; אַ צווייטע אַרבעט אויפֿן געביט פֿון רעקלאַמע, און די דריטע איז אַ פֿאַרוואַלטערין פֿון אַ בוי־פֿירמע) און אַלע האָבן שוין געשפּילט ערנסטע ליבעס. איינע איז אַפֿילו פֿאַרקנסט געוואָרן אין אירע מיטן־20ער, אָבער דערנאָך איז זיך דער שידוך צעפֿאַלן. די שוועסטער רייצן זיך עד־היום מיט זייער מאַמען, אַז זי וועט נאָך מיט דער צײַט פּראַווען אַ חתונה פֿאַר איינער פֿון זיי. אָבער איצט אַז טאַטע־מאַמע האָבן פּענסיאָנירט און ציִען זיך שוין אַריבער קיין דרום־קאַראָלײַנע, זאָגט באַרבאַראַ, אַז זי האָט שוין שלום געמאַכט מיטן לעבן־שטייגער פֿון אירע טעכטער, און פֿרייט זיך מיט זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע דערגרייכונגען.

ווען די פֿאָליס טרעפֿן זיך אויף יום־טובֿים און וואַקאַציעס, פֿאַרברענגט מען גוט צוזאַמען און די טעכטער טיילן זיך מיט די קאָמישע מאָמענטן פֿון זייערע ראַנדקעס, ווי, למשל, ווען איינע האָט געהאַלטן אין מיטן עסן וועטשערע מיט אַ סימפּאַטישן מאַן אין אַ רעסטאָראַן, און פּלוצלינג האָט זיך באַוויזן אַ פֿרוי און דערקלערט, אַז ער האָט שוין אַ ווײַב!

פֿאַר וואָס טרעפֿט טאַקע, אַז אין געוויסע משפּחות האָבן קיין איין קינד נישט חתונה? באַרבאַראַ האָט אַן אײַנפֿאַל: „מײַן ברודער האָט אויך דרײַ טעכטער, וואָס האָבן קיין מאָל נישט חתונה געהאַט. אפֿשר איז עס אַ נײַע מאָדע?‟

נינאַ גאַרפֿינקל, אַ 52־יאָריקע גראַפֿישע דיזײַנערין אין באָסטאָן, גייט שוין יאָרן לאַנג אויף פּסיכאָטעראַפּיע, כּדי צו דערגיין די סיבה, פֿאַר וואָס זי האָט קיין מאָל נישט חתונה געהאַט. איר שוועסטער, 57 יאָר, און ברודער, 45 יאָר, זענען אויך געבליבן אָן אַ זיווג. זי זאָגט, אַז אירע טאַטע־מאַמע האָבן במשך פֿון די יאָרן גוט אויפֿגעפּאַסט אויף זיי, אָבער נישט אַרויסגעוויזן קיין אָפֿענע ליבשאַפֿט. „מע האָט קיין מאָל נישט גערעדט וועגן די געפֿילן אָדער אַנדערע פּערזענלעכע ענינים, און דערפֿאַר איז מיר אפֿשר שווער אָנצוקניפּן אינטימע באַציִונגען מיט אַ צווייטן,‟ האָט זי זיך משער געווען.

סוזעט מאַלקין, אַ מאַמע פֿון צוויי טעכטער, 33 און 36 יאָר, וועלכע וווינען אין מעמפֿיס, טענעסי, זאָגט, אַז ס׳אַרט איר דווקא נישט וואָס די טעכטער האָבן נאָך נישט געפֿונען קיין זיווג. „איך וויל, אַז זיי זאָלן זיך נישט יאָגן, נאָר וואַרטן אויף אַ פּאַסיקן מאַן,‟ האָט זי געזאָגט.

איר 36־יאָריקע טאָכטער, ערין, איז צופֿרידן, וואָס איר מאַמע דריקט נישט אויף איר. „איך דאַרף נאָך צײַט צו אַנטוויקלען מײַן פּערזענלעכקייט און געפֿינען דעם כּוח אַרײַנצושפּרינגען אין אַן ערנסטער באַציִונג מיט אַ צווייטן מענטשן,‟ האָט ערין געזאָגט. דאָס וואַרטן איז גרינגער, זאָגט זי, אַז איר שוועסטער האָט אויך נאָך נישט חתונה געהאַט. „מיר טיילן זיך אָפֿט מיט אונדזערע נײַסטע ליבעס,‟ האָט די ייִנגערע שוועסטער, אַשלי, געזאָגט.

עמילי סטײַנבערג, אַ פּסיכיאַטאָרין אין מאַנהעטן, זאָגט אָבער, אַז ס׳איז דאָ אַ געוויסע סכּנה ווען די שוועסטער־ברידער און די עלטערן זענען עמאָציאָנעל צו נאָענט פֿאַרבונדן. „ווען די משפּחה פֿון די קינדער־יאָרן בלײַבט אַ דאָמינירנדיקער טייל פֿון דײַן לעבן, פֿילסטו בכלל נישט קיין דרוק צו געפֿינען אַן אייגענעם לעבן־באַגלייטער,‟ האָט זי באַמערקט.

און אַ סך פֿון די משפּחות מיט די נישט־חתונה געהאַטע קינדער פֿאַרברענגען טאַקע זייער גוט אין איינעם. ביז לעצטנס האָבן די גאַרפֿינקלס, למשל, פֿאַרבראַכט יעדן פּסח צוזאַמען: איין יאָר אין אַריזאָנע; אַ צווייטס — אין ניו־מעקסיקאָ אָדער די ווירדזשין־אינדזלען… ווען די קינדער וואָלטן חתונה געהאַט, וואָלט אפֿשר שווער געווען זיך צוצופּאַסן צום קאַלענדאַר פֿון יעדן איינעם.

און די מאַלקינס פֿאַרברענגען יעדן שבת אין איינעם, אָן אויסנאַם. „אפֿשר איז עס אַ ביסל עגאָיִסטיש פֿון מײַן זײַט, אָבער איך האָב שטאַרק ליב ווען זיי קומען אַהער,‟ האָט פֿרוי מאַלקין געזאָגט. „כ׳האָב הנאה וואָס מיר פֿאַרברענגען יעדן יום־טובֿ, צוזאַמען און וואָס מיר וווינען אינעם זעלבן שטעטל. ווען זיי וואָלטן חתונה געהאָט, וואָלט איך זיי געזען אַ סך זעלטענער.”

פֿון דעסטוועגן, האָפֿט זי ווײַטער, אַז אירע טעכטער וועלן געפֿינען זייערע באַשערטע. „ווען דאָס וואָלט געשען, וואָלט איך אויך געווען צופֿרידן,‟ האָט זי געזאָגט.