ס’רובֿ מענטשן פֿאַרשטייען, אַז מע דאַרף פּלאַנירן יענעם נישט־געוווּנטשענעם טאָג, ווען מע וועט אַוועק פֿון דער וועלט. אַ מענטש דאַרף צוגרייטן אַ צוואה, און באַשטימען, וואָס פֿאַר אַ מיטלען די דאָקטוירים זאָלן ניצן (אָדער נישט ניצן) אָנצוהאַלטן דאָס לעבן, טאָמער וועט ער מער נישט קענען אויסדריקן זײַן פֿאַרלאַנג.
עס זענען אָבער דאָ אַנדערע פּרטים, וואָס די משפּחה און פֿרײַנד פֿונעם ניפֿטר וועלן דאַרפֿן האָבן — זאַכן, וואָס פֿאַלן קיינעם נישט אײַן ביז זיי אַליין פֿאַרלירן נישט אַ נאָענטן מענטשן.
אפֿשר האָט דער געשטאָרבענער געוואָלט, אַז מע זאָל אים באַערדיקן אויף אַ ספּעציפֿישן בית־עולם? צי ווייסן זײַנע קינדער און אייניקלעך וועגן דער מעדיצינישער משפּחה־געשיכטע? אפֿשר האָט דער ניפֿטר געהאַט אַ קרעדיט־קאַרטל, וואָס ער האָט נישט געהאַלטן בײַ זיך אין טאַש? צי האָט ער איבערגעלאָזט די פּאַראָלן פֿאַר אַלע זײַנע חשבונות אויף דער אינטערנעץ? האָט ער איבערגעלאָזט דעם קאָד פֿאַר דער אַלאַרם־סיסטעם פֿון הויז?
עריק דיויִ, אַ שרײַבער פֿון טאָלסאַ, אָקלאַהאָמע, האָט זיך דערוווּסט ווי וויכטיק די פֿראַגעס זענען, נאָך דעם ווי זײַן 65־יאָריקער טאַטע איז פּלוצלינג געשטאָרבן, בלויז איין וואָך איידער ער האָט געזאָלט פּענסיאָנירן. דער טאַטע האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ ים מיט נישט־סאָרטירטע פּאַפּירן און אינטערנעץ־אינפֿאָרמאַציע, וואָס זײַן זון האָט דערנאָך געמוזט מיט אויפֿמערק איבערקוקן, כּדי צו קריגן די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע.
כּדי צו העלפֿן אַנדערע מענטשן אין אַזאַ מצבֿ, האָט דיויִ אָנגעשריבן אַ בוך, The Big Book of Everything פֿול מיט פֿראַגעס, וואָס אַ מענטש דאַרף ענטפֿערן, כּדי זײַנע נאָענטע זאָלן וויסן, וואָס צו טאָן נאָך זײַן פּטירה. ס׳איז אַ וויכטיקער רעסורס פֿאַר יעדן איינעם, יונג און אַלט. די בעסטע נײַעס איז — דאָס בוך קאָסט נישט קיין געלט. דאָס האָט דיויִ געטאָן סתּם ווי אַ „מיצווה‟, כּדי מענטשן זאָלן קענען אויסמײַדן די פּראָבלעמען, וואָס האָבן אים געמוטשעט.
איר קענט דאָס בוך געפֿינען אויף דער אינטערנעץ בײַ דעם אַדרעס: //www.erikdewey.com/bigbook.htm
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.