צוויי עקאָנאָמיע־פּראָפֿעסאָרן האָבן לעצטנס פּובליקירט אַ שטודיע, וואָס ווײַזט, אַז וואָס מער געלט חתן־כּלה גיבן אויס אויף די חתונה־הוצאָות, אַלץ גרעסער איז די מעגלעכקייט, אַז זיי וועלן זיך גטן.
נאָכן אַנאַליזירן די חתונה־בודזשעטן און דעם צײַט־דויער פֿונעם זיווג־לעבן פֿון 3,000 מענטשן, האָבן די פֿאָרשער, אַנדרו פֿראַנסיס און היוגאָ מיאַלאָן, פֿון עמאָרי־אוניווערסיטעט אין אַטלאַנטע, אַנטדעקט, אַז די פֿרויען, וואָס זייערע חתונה האָט געקאָסט מער ווי $20,000, האָבן זיך געגט 60% אָפֿטער ווי די פֿרויען, וועלכע האָבן געהאַט ביליקערע חתונות. און די מאַנסבילן, וועלכע האָבן באַצאָלט צווישן $2,000 און $4,000 אויף אַ קנס־רינג האָבן זיך געגט 30% אָפֿטער ווי די וועלכע האָבן אויסגעגעבן צווישן $500 און $2,000.
דאָס מיינט אַוודאי נישט, אַז דאָס אויסגעבן אַ סך געלט אויף דער חתונה איז אַליין די סיבה פֿאַר וואָס דאָס פּאָרל גט זיך. די צוויי פֿאַקטאָרן קאָנען זײַן פֿאַרבונדן אויף אַן אומדירעקטן אופֿן.
ס׳איז מעגלעך, למשל, אַז די מענטשן, וועלכע באַשליסן צו מאַכן טײַערע חתונות, זענען בטבֿע נישט־דערוואַקסן, און אפֿשר אַפֿילו עגאָצענטריש — צוויי שטריכן וואָס קאָנען זיכער שאַטן די באַציִונגען צווישן מאַן־און־ווײַב אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן. אַ מענטש, וואָס טראַכט בלויז פֿון זיך אַליין, און איז נישט סענסיטיוו צו דער פֿרוי אָדער צום מאַן, וואָלט זיך אפֿשר מיט דער צײַט געגט, אַפֿילו ווען די חתונה־הוצאָות זענען נידעריק.
אָבער אין אַ צאָל פֿאַלן, קאָן אַ טײַערע חתונה אַליין שאַטן דעם צוזאַמענלעבן, בפֿרט אויב עס לאָזט חתן־כּלה מיט גרויסע חובֿות.
דער חלום פֿון מאַכן אַ גרויסע חתונה, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ „פּרינץ און אַ פּרינצעסין‟, קאָן אויך שאַפֿן אומרעאַליסטישע האָפֿענונגען בײַ חתן־כּלה וועגן זייער לעבן צוזאַמען נאָך דער חתונה. גוטע באַציִונגען צווישן מאַן־און־ווײַב דאַרף מען קולטיווירן; ס׳איז אַ שווערע אַרבעט. אויב דאָס פּאָרפֿאָלק איז נישט גרייט אַרײַנצולייגן מי אין דעם, קאָן עס זיך טאַקע ענדיקן אין אַ גט.
אַ גרויסע טײַערע חתונה קאָן אויך שאַטן דעם פּאָרפֿאָלק, אויב דער חתן אָדער די כּלה האָט ספֿקות, צי דער זיווג איז אַ געראָטענער. נאָך דעם ווי „ליידי דײַאַנאַ‟ און פּרינץ טשאַרלז זענען פֿאַרקנסט געוואָרן אין 1981, האָט זי טאַקע געהאַט ספֿקות, צי ער איז איר באַשערטער, אָבער ס׳איז שוין געווען פֿאַרפֿאַלן, בפֿרט נאָך דעם ווי די מעדיאַ האָט באַצייכנט דאָס געשעעניש ווי „די חתונה פֿונעם יאָרהונדערט‟.
אַפֿילו ווען עס רעדט זיך נישט וועגן באַרימטע פּערזענלעכקייטן, קאָן דער דרוק פֿון די חתונה־צוגרייטונגען שטערן די מעגלעכקייטן פֿון אַנולירן די חתונה — בפֿרט אויב מע האָט שוין אַרויסגעשיקט 500 פֿאַרבעטונגען, און די אויסלענדישע געסט האָבן שוין באַשטעלט זייערע עראָפּלאַן־בילעטן.
אַ סך פֿאַרקנסטע פּאָרלעך, וועלכע ווילן טאַקע אײַנצאַמען די הוצאָות, באַשליסן הײַנט פּשוט צו פֿאַרבעטן ווייניקער געסט צו דער שׂימחה. פֿראַנסיס און מיאַלאָן זאָגן אָבער, אַז בעסער איז פֿאַרקערט: מאַכט ביליקערע חתונות, און פֿאַרבעט מער געסט. פֿאַר וואָס? ווײַל די חתונות, וואָס האָבן די בעסטע שאַנסן פֿון אַ לאַנגן זיווג־לעבן, זענען די וועלכע זענען נישט טײַער, און האָבן דווקא יאָ אַ סך געסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.