ס׳רובֿ פֿון אונדז פֿאַרברענגען אַ היפּש ביסל צײַט אין קעלער. דאָרט שטייען, געוויינטלעך, די וואַשמאַשין און טריקן־מאַשין; אַ טייל מענטשן ניצן עס ווי אַ ביוראָ, און בײַ געוויסע משפּחות דינט עס ווי אַ שפּילצימער פֿאַר די קינדער.
אויב עס פֿילט זיך דאָרט שימל, איז אָבער זייער וויכטיק פּטור צו ווערן דערפֿון, ווײַל אויב נישט, וועט דער ריח מיט דער צײַט ווערן נאָך ערגער, און קאָן גורם זײַן אַ באַפֿאַל פֿון אינסעקטן.
ערשטנס, זאָל אַן אינסטאַלאַטאָר באַקוקן דעם קעלער צו פֿאַרזיכערן, אַז ס׳איז נישטאָ קיין לעכל אין די רערן, פֿון וואַנען עס רינט כּסדר אַרויס וואַסער. אויב יאָ, מוז מען עס גלײַך פֿאַרריכטן; אויב נישט, קענט איר אויסטריקענען דעם קעלער דורך די 6 מיטלען:
1) עפֿנט ברייט אויף אַלע טירן און פֿענצטער עטלעכע שעה לאַנג, בפֿרט אין אַ זוניקן, טרוקענעם טאָג
2) נעמט אַרויס די שופֿלאָדן פֿון שרײַבטיש, און טראָגט אַפֿילו אַרויס דעם שרײַבטיש אַליין, אין דרויסן אויף דער זון אויף עטלעכע שעה
3) שטעלט אָן אַ ווענטילאַטאָר אויף עטלעכע טעג
4) שטעלט אַרײַן אַ „לופֿט־טריקענער‟ (dehumidifier, בלע״ז) און לאָזט עס אָנגעשטעלט טאָג און נאַכט.
5) צעלייגט עטלעכע שטענגלעך זיס־שמעקנדיקער זייף (נאָך נישט־אויפֿגעפּאַקטע) איבערן קעלער און אין די שופֿלאָדן.
6) נעמט אַרויס אַלע זאַכן פֿונעם קעלער, און וואַשט גוט אויס די פּאָדליגע און די ווענט. טאָמער ווילט איר גיכער ניצן אַ היימישן רייניקונג־מיטל אַנשטאָט האַרבע כעמישע שטאָפֿן, מישט צונויף 4 טעפּלעך וואַסער, 2 טעפּלעך וואַסערשטאָף־פּעראָקסיד, 2 טעפּלעך ווײַסן עסיק און 1 טעפּל באָר־זײַערס (boric acid, בלע״ז). רײַבט עס אַרײַן אין דער פּאָדליגע און אין די ווענט מיט אַ פֿעסטער באַרשט.
געדענקט צו ניצן אַ פּנים־מאַסקע און אַרבעט־הענטשקעס בעת איר אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.