כאָטש געוויסע מענטשן נעמען אָן פֿאַר נאַטירלעך, אַז מע פֿאַרבעט משפּחה און פֿרײַנד פֿון יעדן עלטער אויף אַ חתונה, פֿאַרבעטן אַנדערע בלויז דערוואַקסענע געסט, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ רויִקע אַטמאָספֿער. ווי איר זאָלט נישט באַשליסן פֿאַר אײַער אייגענער חתונה, וועלן די ווײַטערדיקע עצות אײַך העלפֿן אויסצומײַדן אומאָנגענעמע מאָמענטן און פֿאַרזיכערן אַ יום־טובֿדיקע שטימונג פֿאַר אַלעמען:
1) באַשליסט גלײַך פֿון אָנהייב, צי איר וועט פֿאַרבעטן קינדער, צי נישט.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע באַשלוסן ווי, למשל, וועלכע קאַפּעליע זאָל שפּילן, אָדער וואָס זאָל זײַן אינעם מעניו, דאַרף דער באַשלוס וועגן פֿאַרבעטן קינדער פֿאַרנעמען דעם אויבן־אָן, איידער עס הייבן אָן טעלעפֿאָנירן די עלטערן, וועלכע דאַרפֿן מאַכן די געהעריקע צוגרייטונגען.
2) לויט דעם עטיקעט, איז מען באַרעכטיקט נישט צו פֿאַרבעטן קינדער?
יאָ, בפֿרט אויב די חתונה קומט פֿאָר אין אָוונט אָדער ווערט באַצייכנט ווי אַ פֿאָרמעלע אונטערנעמונג. אויב אָבער די חתונה קומט פֿאָר בײַ טאָג און איז נישט אַזוי פֿאָרמעל, וועלן געוויסע עלטערן זיך אפֿשר באַליידיקן.
בדרך־כּלל, איז נישט אַזוי שווער צו שטעלן אַ תּקנה, אַז קינדער זענען נישט פֿאַרבעטן, אויב די משפּחות מיט קינדער וווינען אין דער זעלבער שטאָט, ווײַל אַזוי קענען די עלטערן איבערלאָזן די קינדער מיט אַ באַקאַנטן קינדהיטער. אויב אָבער די משפּחה קומט פֿון ווײַטע מקומות, איז שווער נישט צו פֿאַרבעטן זייערע קינדער.
3) אַדרעסירט די קאָנווערטן ריכטיק.
אויב די קינדער זענען פֿאַרבעטן, גיט צו זייערע נעמען אויפֿן קאָנווערט פֿון דער אײַנלאַדונג. אויב דאָס קינד איז עלטער פֿון 18 יאָר, שיקט אים אַ באַזונדערע פֿאַרבעטונג, אַפֿילו אויב ער וווינט בײַ טאַטע־מאַמע.
4) קלינגט אָן אַלע געסט, וואָס האָבן קינדער.
נאָך איידער איר שיקט אַרויס די פֿאַרבעטונגען, טעלעפֿאָנירט די פֿרײַנד און קרובֿים, וועלכע האָבן קינדער, כּדי זיי צו לאָזן וויסן, צי די חתונה נעמט אַרײַן קינדער, צי נישט. דאָס איז ספּעציעל עפֿעקטיוו פֿאַר יענע מער עקשנותדיקע פֿרײַנד אָדער געסט, וואָס וואָלטן אפֿשר מיטגעבראַכט די קינדער, אַפֿילו אויב זייערע נעמען פֿיגורירן נישט אויפֿן קאָנווערט. און אויב איר האָט בדעה אָנצושטעלן אַ מענטשן צו היטן די קינדער בעת דער חתונה, איז דאָס אַ גוטע געלעגנהייט צו לאָזן די עלטערן וויסן וועגן דעם.
5) זעט אויס שלעכט צו פֿאַרבעטן בלויז געוויסע קינדער?
אויף דער דאָזיקער שאלה זענען דווקא דאָ פֿאַרשידענע מיינונגען; דערפֿאַר איז טאַקע די בעסטע זאַך צו שטעלן אַ קלאָרע תּקנה, און זיך האַלטן בײַ דעם. פֿאַרבעט, למשל, בלויז די קינדער פֿון דער נאָענטער משפּחה, און גיט יעדן פֿון זיי אַ געוויסע פֿונקציע: איין קינד קאָן באַגלייטן די באָבע צו דער חופּה; אַ צווייט קינד קאָן אויסטיילן די יאַרמלקעס בײַ דער טיר, אאַז״וו.
האַלט אין זינען, אַז וואָס מער קינדער איר פֿאַרבעט, אַלץ שווערער וועט ווערן אײַנצוהאַלטן אַפֿילו די „געראָטענע‟ קינדער. אויב עס קומען, למשל, בלויז צוויי מיידעלעך, צווישן 150 געסט, וועלן די מיידעלעך מסתּמא זיך גוט אויפֿפירן. אויב אָבער עס קומען 20 קינדער, וועלן זיי אַלע אפֿשר אַרומלויפֿן איבערן זאַל — און דאָס קאָן שאַפֿן פּראָבלעמען, נישט בלויז וואָס שייך דער שטימונג פֿון דער שׂימחה, אָבער אויך וואָס שייך זייער זיכערהייט, בפֿרט אויב די סאַרווער וועלן צוטראָגן צו די טישן טעלער מיט הייסער זופּ.
6) דאַרפֿן קינדער אַ באַזונדערן מעניו?
קינדער זענען געוויינטלעך מער צופֿרידן, אויב מע גיט זיי שפּײַזן, וואָס ס׳איז זיי גוט באַקאַנט, ווי ספּאַגעטי אָדער שניצל. אַזאַ עסן איז אויך אַ סך ביליקער ווי די גורמע־מאָלצײַטן, וואָס מע גיט די דערוואַקסענע געסט. קינדער, וועלכע זענען עלטער פֿון 13 יאָר וואָלטן אָבער געמעגט עסן די זעלבע מאָלצײַט ווי די דערוואַקסענע.
7) וווּ זאָלן די קינדער זיצן?
געוויסע עטיקעט־עקספּערטן האַלטן, אַז קינדער צווישן 7 און 14 יאָר זאָל מען זעצן בײַ אַ באַזונדערן טיש, און די אונטער 7 יאָר — אין אַ צווייטן צימער, אונטער דער השגחה פֿון אַ קינדהיטער, וואָס איר, די גאַסטגעבער, באַצאָלן דערפֿאַר. אויב איר ווילט די קינדער זאָלן זיצן אינעם זעלבן זאַל ווי די אַנדערע געסט, זעצט זיי בײַ קליינע טישעלעך, אויסגעלייגט מיט פּאַפּיר און קרײַדלעך פֿון פֿאַרשידענע קאָלירן, און שפּילעכלעך.
8) פֿאַרבעט מען די ניאַנקע אויך?
אויב אײַער בודזשעט דערלויבט עס, פֿאַרבעט אויך די ניאַנקע פֿון אַ משפּחה מיט קינדער, און זאָל זי זיצן מיט זיי בײַם קינדער־טיש. דאָס איז נישט בלויז אַ ברייטהאַרציקער זשעסט פֿון אײַער זײַט; ס׳וועט אויך געבן די טאַטע־מאַמע אַ געלעגנהייט הנאה צו האָבן פֿון דער שׂימחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.