איינער פֿון די פֿאַרשפּרייטסטע מיטלען בײַ די אַמעריקאַנער דאָקטוירים צו היילן אַ געריסינעם מעניסקוס (דער ווייכביין פֿונעם קני), איז כירורגיע. אָבער ווי אַ נײַע שטודיע אינעם „ניו־ענגלאַנד זשורנאַל פֿון מעדיצין‟ גיט איבער, איז קני־כירורגיע בכלל נישט מער עפֿעקטיוו ווי „פֿאַלשע כירורגיע‟.
לויט די פֿינלענדישע דאָקטוירים, וועלכע האָבן דורכגעפֿירט די שטודיע, וואָלטן די דאָקטוירים געדאַרפֿט זוכן אַנדערע אופֿנים צו היילן אַ געריסענעם מעניסקוס.
אינעם עקספּערימענט, האָט מען אַרײַנגענומען 146 וואָלונטירן, וואָס האָבן געליטן ווייטיקן פֿונעם קני. קיינער פֿון די באַטייליקטע האָט נישט געהאַט קיין קלאָרע וווּנד אָדער געליטן פֿון אַרטריט — צוויי פּראָבלעמען, וואָס מע ווייסט שוין פֿון פֿריִער, אַז אַ קני־אָפּעראַציע העלפֿט נישט.
אַ טייל פֿון די וואָלונטירן האָט מען געמאַכט אַ קני־אָפּעראַציע, און אַ טייל האָט מען געזאָגט, אַז מע מאַכט זיי די אָפּעראַציע, אָבער אין דער אמתן, האָט מען פּשוט אויסגעזויגן אַ ביסל פֿון דער געדיכטער גיסיקייט, וואָס קאָן זײַן אַ סיבה פֿונעם ווייטיק.
נאָך 12 חדשים, האָט מען ווידער בודק געווען די קני פֿון די וואָלונטירן. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן די קני פֿון יענע פּאַציענטן, וואָס מע האָט זיי יאָ געמאַכט די אָפּעראַציע, נישט געהאַט קיין בעסערע רעזולטאַטן ווי די, וואָס האָבן געהאַט די „פֿאַלשע‟ אָפּעראַציע.
דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, ד״ר טעפּאָ יאַרווינען פֿונעם העלסינקי־אוניווערסיטעט, האַלט אָבער, אַז די אַמעריקאַנער דאָקטוירים וועלן מסתּמא נישט זײַן צופֿרידן צו לייענען וועגן די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע, ווײַל די קני־כירורגיע איז הײַנט אַ גרויס געשעפֿט. „אין אַמעריקע פֿירט מען יעדעס יאָר דורך בערך 700,000 קני־אָפּעראַציעס בײַ די פּאַציענטן מיט אַ געריסענעם מעניסקוס, וואָס ברענגט אַרײַן 4 ביליאָן דאָלער,‟ האָט יאַרווינען געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.