1/2 טעפּל ווײַסע פֿאַסאָליעס (Cannellini beans), אויסגעווייקט איבערנאַכט
1 לעפֿל בוימל
1 ציבעלע, צעהאַקט
1/4 הייפּטל צעלעריע (celery root), אָפּגעשיילט און צעשניטן
20 גרויסע ציינדלעך קנאָבל
1 לעפֿעלע קעמיניק
1 פֿונט שאָפֿנפֿלייש, צעשניטן, מיט ביינער
7 טעפּלעך וואַסער
7 שויטן קאַרדעמאָן (cardamom pods), אַ ביסל צעקוועטשט
1/2 לעפֿעלע קורקומע
2 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע
1 לעפֿעלע צוקער
9 אונץ געלע קאַרטאָפֿל, צעשניטן
זאַלץ, שוואַרצער פֿעפֿער און לימענע־זאַפֿט, לויט אײַער געשמאַק
הייצט דעם בוימל אָן אין אַ גרויסער פּאַטעלניע. פּרעגלט די ציבעלע און צעלעריע אויף אַ מיטל־הויכן פֿײַער 5 מינוט, ביז די ציבעלע הייבט זיך אָן צוברוינען. גיט אַרײַן דעם קנאָבל און קעמיניק. קאָכט 2 מינוט. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער.
גיט אַרײַן דאָס פֿלייש, ביינער און וואַסער אין אַ גרויסן טאָפּ. קאָכט עס ביז עס הייבט אָן זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און קאָכט 10 מינוט. גיט אַרײַן דאָס צעלעריע־געמיש, די פֿאַסאָליעס, קאַרדאָמאָן, קורקומע, פּאָמידאָרן-פּאַסטע און צוקער. דעקט צו און לאָזט עס מליִען 1 שעה, ביז דאָס פֿלייש ווערט ווייך.
גיט אַרײַן די קאַרטאָפֿל און קאָכט עס 20 מינוט ביז די קאַרטאָפֿל און פֿאַסאָליעס ווערן ווייך. פֿאַרפּראַוועט די זופּ מיט זאַלץ, פֿעפֿער און לימענע־זאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.