דער קאָלומניסט פֿרענק ברוני האָט לעצטנס געשריבן אַ פּרעכטיקן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ וועגן די מעלות פֿון האָבן שוועסטער און ברידער. דאָס קומעדיקע מאָל וואָס איר צעווערטלט זיך מיט איינס פֿון אײַערע געשוועסטער, לייענט דאָס איבער:
מע דערציילט מיר, אַז איך האָב אָנגעהויבן רעדן אַ סך שפּעטער ווי אַנדערע קינדער, און איך ווייס טאַקע פֿאַר וואָס: יעדעס מאָל וואָס מײַן מאַמע האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס איך בין אָנגעבלאָזן אָדער פֿאַר וואָס איך וויין, האָט מײַן ברודער, מאַרק, איר געגעבן צו פֿאַרשטיין.
„ער וויל זײַן קאָלדרע,‟ פֿלעגט ער זאָגן, און ער איז טאַקע געווען גערעכט.
„נאָך אַ קיכעלע,‟ האָט ער געזאָגט. אויך געטראָפֿן!
כאָטש ער איז בלויז געווען מיט אַנדערטהאַלב חדשים עלטער פֿון מיר, האָט ער געדינט ווי מײַן עצה־געבער, וואָרטאָגער און רבי. ווען מאַרק איז געווען לעבן מיר, איז אַלץ געווען גוט אין דער וועלט.
די וואָך פּראַוועט ער זײַן פֿופֿציקסטן געבוירן־טאָג, און מיר וועלן אַלע — איך, מאַרק, אונדזער ייִנגערער ברודער האַרי און שוועסטערל אַדעל — פֿײַערן די שׂימחה אין איינעם, פּונקט ווי מיר האָבן געפּראַוועט זײַן 40סטן געבוירן־טאָג, און מײַנעם, ווי אויך אַלע אַנדערע גרויסע משפּחה־מאָמענטן. דאָס גאַנצע לעבן האָבן מיר דורכמאַרשירט דורך דער משוגענער וועלט אונדזערער, און כאָטש מיר האָבן קינדווײַז נישט אויסגעקליבן ווער עס זאָלן זײַן אונדזערע שוועסטער און ברידער, האָבן מיר אַליין באַשלאָסן צו בלײַבן שטענדיק נאָענט. צווישן די בעסטע זאַכן אין מײַן לעבן, וואָלט איך דאָס געשטעלט אויפֿן ערשטן אָרט.
מיר, אַמעריקאַנער, פּראַווען יעדעס יאָר מוטערס־טאָג און פֿאָטערס־טאָג, אָבער בעת איך וואַרט דאָ אין מאַנהעטן אויף מײַנע ברידער, מײַן שוועסטער און זייערע זיווגן, כאַפּ איך זיך, אַז ס׳איז בכלל נישטאָ קיין ספּעציעלער יום־טובֿ פֿאַר אונדזערע געשוועסטער, כאָטש זייער השפּעה אויף אונדז איז אַ סך טיפֿער ווי די השפּעה פֿון טאַטע־מאַמע.
„די געשוועסטער זענען די איינציקע קרובֿים, און מסתּמא די אייניקע מענטשן בכלל, וועלכע באַגלייטן אײַך במשך פֿונעם גאַנצן לעבן,‟ האָט דזשעפֿרי קלוגער, דער מחבר פֿונעם בוך The Sibling Effect, באַמערקט. „אײַערע עלטערן פֿאַרלאָזן די וועלט צו פֿרי, און אײַער זיווג און אײַערע קינדער קומען אָן צו שפּעט, אָבער אײַערע געשוועסטער האָבן אײַך געקאָנט, ווען איר זענט נאָך געווען אין אַ נישט־דערבאַקענער סטאַדיע.‟
אַוודאי, רעדט זיך דאָ נישט וועגן יענע ברידער און שוועסטער, וועלכע זענען יונגערהייט געשטאָרבן, אָדער וועלכע האָבן זיך דערווײַטערט פֿון אײַך צוליב נישט־פֿאַרענטפֿערטער קינאה־שׂינאה, געאָגראַפֿיע, אָדער סתּם פֿוילקייט. אין אַזוינע פֿאַלן, זענען די געשוועסטער שוין מער נישט קיין מיט־רײַזנדיקע; נאָר בלויז אַמאָליקע מיטוווינער, וועלכע האָבן אַ שטיקל בשותּפֿותדיקע קולטור־ירושה.
צום באַדויערן, זעט מען אַזוינע משפּחה־ריסן צו אָפֿט, און אַ מאָל טראַכט איך טאַקע, וואָס פֿאַר אַ זכות האָבן מאַרק, האַרי, אַדעל און איך, וואָס מיר זענען יאָ געבליבן פֿאַראייניקט, נישט געקוקט אויף אונדזער זייער פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן.
צום טייל, איז עס, ווײַל מיר האָבן עס בפֿירוש געשטעלט ווי אַ פּריאָריטעט. מאַרק און זײַן פֿרוי האָבן רויִק געקאָנט פּראַווען זײַן געבוירן־טאָג מיט זײַנע לאַנג־יאָריקע קאָלעדזש־פֿרײַנד אין באָסטאָן, וווּ זיי וווינען. האַרי און זײַן פֿרוי האָבן געקאָנט בלײַבן אין לאָס־אַנדזשעלעס. אָבער מיר האָבן נאָך מיט יאָרן צוריק אָפּגעמאַכט, אָן ווערטער, צו בלײַבן נאָענט, און יענער באַשלוס האָט אונדז פֿאַרשאַפֿן נאָך אַ סך מער זכרונות, וואָס האָבן אונדז במילא נאָך מער צוגעקלעפּט איינער צום צווייטן.
ס׳העלפֿט אויך, מוז איך צוגעבן, ווען מע האָט אַ סך שוועסטער און ברידער. איין מעלה דערפֿון איז, אַז ווען איינער גייט אײַך אויף די נערוון, קענט איר זיך תּמיד אַראָפּרעדן פֿון האַרצן מיט אַ צווייטן.
דזשאָרדזש האַו קאָלט, דער מחבר פֿון Brothers — אַ בוך וועגן די באַציִונגען צווישן ברידער במשך פֿון דער געשיכטע, ווי אויך וועגן זײַנע אייגענע דרײַ ברידער — האָט געשריבן (און ס׳איז אמת בײַ מיר אויך), אַז זײַנע ברידער זענען נישט דווקא פֿון דעם סאָרט מענטשן, וואָס ער וואָלט אַליין זיך מיט זיי באַפֿרײַנדעט, אויב ער וואָלט זיך באַקענט מיט זיי אין שול אָדער בײַ דער אַרבעט. און דאָך, יעדעס מאָל וואָס ער טרעפֿט זיך מיט זיי, פֿאַרשאַפֿט עס אים אַ סך מער פֿאַרגעניגן ווי אַ טרעפֿונג מיט חבֿרים, ווײַל מיט די חבֿרים, פֿילט ער זיך נישט ווי זיי זענען פֿונעם זעלבן שטאָף; אָבער מיט זײַנע ברידער, פֿילט ער עס יאָ.
מײַן פֿרײַנדינע, קאַמפּבעל, וועלכע האָט אויך שטאַרק ליב אירע צוויי שוועסטער, האָט דערקלערט: „ווען איך רעד מיט אַ חבֿרטע, דאַרף איך זיך אויסדריקן זייער קלאָר. אָבער מיט מײַנע שוועסטער קען איך זיך פֿירן אַזוי פּרימיטיוו ווי איך וויל, אַפֿילו קינדעריש. מיט דײַנע שוועסטער און ברידער, קענסטו ווײַזן אַ נישט־אײַנגענעמענעם טייל פֿון דײַן פּערזענלעכקייט, און זיי וועלן דיך סײַצ־ווי נישט פֿאַרלאָזן.‟
דערווײַל דאַרף איך צוגרייטן דעם מעניו צו מאַרקס געבוירן־טאָג שׂימחה, און גיין אין ווײַן־געשעפֿט. כ׳וועל זיך דאַרפֿן גוט באַטראַכטן וואָס, אַ שטייגער, וואָלט ער געוואָלט. ס׳וועט מיר אָבער נישט זײַן שווער, אַ דאַנק אונדזער יאָרן־לאַנגער געשיכטע צוזאַמען, ווי אויך אַ געוויסן אינסטינקט, וואָס איך פֿאַרשטיי אַליין נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.