לויט דער ייִדישער טראַדיציע, אָנהייבנדיק פֿון אָדם הראשון און דער מוטער חווהן, ווערן מאַן־און־ווײַב באַטראַכט ווי אַן איינס, בפֿרט אַז חווה איז דאָך באַשאַפֿן געוואָרן פֿון אָדמס ריפּ. דאָס קלינגט טאַקע זייער שיין, און ראָמאַנטיש, אָבער אין דער אמתן, אויב אַ פּאָרפֿאָלק פֿאַרברענגט נישט אַ געוויסע צײַט באַזונדער, וועט עס מיט דער צײַט מסתּמא דערפֿירן צו קלעפּ, אָדער צום ווייניקסטן, פֿאַנטאַזיעס וועגן דעם.
מײַן מאַן, דזשערעמי, האָט דאָס פֿאַרשטאַנען אַ סך פֿריִער פֿאַר מיר. בעת איינער פֿון אונדזערע ערשטע ראַנדקעס, האָט ער מיר דערציילט, אַז איינע פֿון די זאַכן, וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט פֿון זײַן שוועסטערס באַציִונג מיט איר מאַן, איז, אַז ביידע קאָנען זיצן אין איין צימער, טוענדיק אין גאַנצן אַנדערע זאַכן שעהען לאַנג.
„דאָס איז מאָדנע,‟ האָב איך דעמאָלט געקלערט. „פֿאָר וואָס וואָלט עמעצער נישט געוואָלט פֿאַרברענגען די גאַנצע צײַט מיט אַ מענטשן, וואָס ער אָדער זי האָט שטאַרק ליב?‟
דזשערעמי און איך האָבן טאַקע הנאה צו פֿאַברענגען אין איינעם, אָבער אַ מאָל, צוליב פּראַקטישע סיבות — ער האָט היימאַרבעט אָדער איך דאַרף שרײַבן אין מײַן בלאָג — רעדן מיר טאַקע נישט איינער מיטן צווייטן שעהען לאַנג, כאָטש מיר זיצן זײַט בײַ זײַט. אַנדערע מאָל, צוליב עמאָציאָנעלע סיבות, ווערט אונדז שיִער נישט נימאס צו זען דאָס זעלבע פּנים טאָג־אײַן טאָג־אויס; צעשיידן מיר זיך אויף עטלעכע שעה. כ׳האָב גאָר נישט געוווּסט, ווי נייטיק עס איז, אַז איך זאָל זײַן אַליין, ביז איך האָב חתונה געהאַט.
איר דאַרפֿט מיך פֿאַרשטיין: געוויינטלעך, ווען עס ענדיקט זיך מײַן אַרבעטטאָג, בין איך גליקלעך אַהיימצוקומען צו אונדזער דירה, וויסנדיק, אַז אין גיכן וועט דזשערעמי אַהיימקומען פֿון זײַנע אָוונט־קלאַסן. גלײַכצײַטיק טראַכט איך אָבער וועגן אָדם און חווהן אין דעם פּרט. נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי זענען באַשאַפֿן געוואָרן „פֿון איין שטאָף‟, האָבן זיי תּמיד געהאַט די ברירה זיך צו צעשיידן אויף אַ ווײַלע, ווײַל זיי האָבן דאָך געהאַט דעם גאַנצן גן־עדן צו זיך (און איך שטעל זיך פֿאָר, אַז נאָכן שלאַנג־אינצידענט, האָט זיך זיי סײַ־ווי אַ סך ווייניקער געגלוסט צו פֿאַרברענגען אין איינעם.)
דזשערעמי און איך, פֿון דער אַנדערער זײַט, וווינען אין אַ קליינטשיקער דירה. דערפֿאַר, כאָטש איך קען זיך נישט דערוואַרטן ביז ער קומט אַהיים בײַ נאַכט, מוז איך צוגעבן, אַז איך בין אויך גערן צו בלײַבן יענע פּאָר שעה אַליין אין שטוב.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.