יונגע לײַט איבערן לאַנד וועלן איצט קענען זיך אויסלערנען די מאכלים פֿון זייערע באָבעס און זיידעס, און זיך דערוויסן וועגן זייערע משפּחה־געשיכטעס דורך אַ ריי אינטערעסאַנטע פּראָיעקטן אויף דער אינטערנעץ.
Beyond Bubbie איז דער גרעסטער פֿון די פּראָיעקטן. אויף זײַן וועבזײַט שטייט, אַז דער פּראָיעקט איז „אַ קאָלעקטיוו קאָכבוך אויף דער אינטערנעץ, און אַן אָרט זיך צו טיילן מיט די געשיכטעס און זכרונות פֿאַרבונדן מיט די רעצעפּטן‟. יעדער לייענער קען צושטעלן אַ רעצעפּט באַגלייט מיט אַ פּאַסיקער משפּחה־מעשׂה. זינט דער גרינדונג פֿון דער וועבזײַט, האָבן זיך שוין באַטייליקט בערך 90 מענטשן. צווישן זיי: סײַ מענטשן וועלכע קאָכן כּמעט אין גאַנצן נישט; סײַ די אָנגעזעענע קעכין, דזאָון נייטען, וועלכע האָט צוגעגעבן איר שוויגערס רעצעפּט פֿון זאַמאָשטשער געפֿילטע פֿיש.
די וועבזײַט דערקלערט, אַז מיטן וואָרט „באָבע‟, מיינט מען נישט בלויז די באָבעס, נאָר אויך די פֿעטערס, פֿרײַנד, שכנים, און אַלע אַנדערע, וועלכע האָבן צוגעגרייט עסן מיט ליבשאַפֿט פֿאַר זייערע ליבסטע מענטשן.
דער פּראָיעקט נעמט אויך אַרײַן אַ געזעלשאַפֿטלעכן עלעמענט. Reboot, די ייִדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿינאַנצירט דעם פּראָיעקט, אָרגאַניזירט וואַרשטאַטן און אונטערנעמונגען, כּדי צונויפֿצוברענגען די באַטייליקטע, און געבן זיי אַ געלעגנהייט זיך צו טיילן מיטן עסן און די זכרונות פּנים־אל־פּנים.
דער שפּײַז־זשורנאַליסט דייוויד סאַקס, וועלכער האָט געהאָלפֿן גרינדן דעם פּראָיעקט, האָט דערקלערט, אַז די רעצעפּטן זענען נישט דער עיקר. „אַ רעצעפּט ווערט אינטערעסאַנט, ווען ער ווערט פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער משפּחה־מעשׂה,‟ האָט ער געזאָגט. „יעדע באָבע מאַכט קוגל, אָבער אויב דײַן באָבע איז דערצויגן געוואָרן אין שאַנכײַ, און מײַנע — אין בערלין פֿאַרן חורבן, וועלן זייערע איבערלעבונגען זײַן גאָר אַנדערש.‟
Roots and Recipes איז אַ צווייטער פּראָיעקט אין דעם געביט. אין יאָר 2011 האָט רעבעקאַ לעסאַרד, אַן אײַנוווינערין פֿון מאָנטרעאָל, אַרויפֿגעשטעלט אַ קורצן ווידעאָ, וואָס ווײַזט ווי איר סירישע באָבע לערנט זי ווי צו מאַכן „מעכשי קוסאַ‟ (געפֿילטע קאַבאַקלעך). דער ווידעאָ האָט אַרויסגערופֿן אַ סך אינטערעס בײַ אַנדערע מאָנטרעאָלער ייִדן, וועלכע האָבן צוגעגעבן זייערע אייגענע רעצעפּטן.
דער פּראָיעקט האָט שוין פּראָדוצירט צוויי עפּיזאָדן פֿון אַ ווידעאָ־סעריע, Dishing up the Past, וווּ באָבעס לערנען זייערע אייניקלעך ווי צו מאַכן געוויסע פּאָטראַוועס. הײַיאָר האָבן לעסאַרד און אירע מיט־אַרבעטער אָרגאַניזירט צוויי קאָך־וואַרשטאַטן: איינער פֿאַר סטודענטן פֿון פֿאָלקלאָר־געשיכטע אין „קאָנקאָרדיע אוניווערסיטעט‟ אין מאָנטרעאָל, און אַ צווייטער בײַם LeMood — אַ ייִדישער פֿעסטיוואַל פֿון לערנען, קונסט און קולטור.
דער ערשטער עפּיזאָד פֿון Dishing Up the Past ווײַזט ווי אַ ספֿרדישע ייִדישע באָבע, גילבערט כּהן־סקאַלי, מאַכט אַ טראַדיציאָנעלן מאַראָקאַנער סאַלאַט פֿון געקאָכטע גרינסן.
לויט גייל רײַמער, אַ גרינדערין פֿונעם „אַרכיוו פֿון ייִדישע פֿרויען‟, איז די ייִדישע קולטור תּמיד געווען געקנופּט־און־געבונדן מיטן עסן, און דערפֿאַר זענען די פּראָיעקטן אַזוי הצלחהדיק. „דאָס באַקענען זיך מיט די אַמאָליקע משפּחה־מאכלים איז אַ מיטל פֿון זאָגן: ׳איך באַלאַנג צו אַ געוויסער טראַדיציע׳.‟
אינטערעסאַנט איז, וואָס די פּראָיעקטן פֿאַרבינדן באָבעס מיט אייניקלעך, בעת דער מיטלסטער דור — די מאַמעס — שפּילן נישט קיין גרויסע ראָלע. באַרבאַראַ הייבער, אַ געוועזענע קוראַטאָרין פֿון זעלטענע קאָכביכער אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, זאָגט, אַז די סיבה דערפֿאַר איז פֿאַרשטענדלעך. „ווען דער פֿעמיניזם האָט זיך פֿאַרשפּרייט, האָבן די פֿרויען געהאַלטן דאָס קאָכן ווי אַ נישט־בכּבֿודיקע זאַך. יענער דור פֿרויען האָט אַ סך גיכער געוואָלט זוכן אַרבעט מחוץ דער היים איידער קאָכן אין קיך, און דערפֿאַר האָבן זייערע קינדער קיין מאָל נישט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון היימישע מאכלים.‟
פֿאַר די באָבעס איז דאָס צוגרייטן עסן געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון זייער לעבן און אידענטיטעט, האָט לעסאַרד באַמערקט. „געוויסע פֿון די פֿרויען האָבן זיך קיינמאָל נישט באַטייליקט אין די פּאָליטישע שמועסן בײַם טיש, אָבער אין קיך האָבן זיי זיך געפֿילט באַקוועם. דערפֿאַר זענען זיי הײַנט גרייט צו דערציילן זייערע זכרונות, קאָכנדיק מיט זייערע אייניקלעך אין קיך.‟
„ס׳איז זייער וויכטיק, אַז מיר זאָלן אויפֿהאַלטן די משפּחה־געשיכטעס ווײַל דער דור פֿון אימיגראַנטן גייט אַוועק,‟ האָט רײַמער באַטאָנט. „די רעצעפּטן פֿון די באָבעס זענען גוט, אָבער נאָך וויכטיקער זענען זייערע זכרונות וועגן דעם לעבן, וואָס זיי האָבן אַמאָל געפֿירט אין מיזרח־אייראָפּע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.