אין 1963, בעת מײַן ברודער ראָן האָט שטודירט אינעם אוניווערסיטעט פֿון ראָד־אײַלאַנד, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין אַן אירלענדיש־קאַטויליש מיידל, אַן. איין מאָל, זיצנדיק אין קלאַס, האָט זי פּלוצלינג דורכן פֿענצטער דערזען מײַן טאַטן, וועלכער האָט געהאַט אויסגעפֿאָרשט וועלכע קלאַסן זי נעמט און אין וועלכער צײַט, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט איר. ער האָט זי פֿאַרבעטן אויף אַ וועטשערע, און דערנאָך דערקלערט, אַז זײַן זונס לעבן וואָלט צעשטערט געוואָרן אויב ער האָט חתונה מיט אַ נישט־ייִדיש מיידל. ער האָט זי געבעטן נישט האָבן קיין שום קאָנטאַקט מיט ראָן אַ יאָר לאַנג, און איר צוגעזאָגט דערפֿאַר צו באַצאָלן אַלע אירע הוצאָות במשך פֿונעם יאָר. זי האָט נישט מסכּים געווען.
דערווײַל האָט עמעצער מיך געבעטן, אויב איך קען, איבערצײַגן דעם אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע אין בערקלי, וווּ איך בין געווען אַ לערער, אָנצונעמען ראָן ווי אַ סטודענט. (מײַן טאַטע האָט מסתּמא געשפּילט אַ ראָלע אין דעם אויך.) כ׳האָב זיך געוואָנדן צו דער אַדמיניסטראַציע, און מע האָט מײַן ברודער אָנגענומען.
מײַן טאַטעס באַמיִונגען צו צעטיילן דאָס פּאָרל האָט אָבער נישט מצליח געווען. באַלד ווי ראָן איז אָנגעקומען אין קאַליפֿאָרניע, האָט ער איר געשיקט אַן עראָפּלאַן־בילעט. זיי האָבן תּיכּף חתונה געהאַט און זענען געבליבן מאַן־און־ווײַב ביזן הײַנטיקן טאָג. זי האָט געפֿונען אַ שטעלע אינעם אוניווערסיטעט, גענומען אַ קלאַס וועגן דער ייִדישער אמונה און — נישט געקוקט אויף ראָנס איבערראַשונג — האָט זי זיך מגייר געווען.
אין 1963 האָב איך נישט געקענט קיין אַנדערע געמישטע פּאָרפֿעלקער, אָבער זינט דעמאָלט, האָט זיך דער מצבֿ שטאַרק געביטן, גיט איבער נעמי שייפֿער רײַלי אין איר נײַ בוך, Till Faith Do Us Part: How Interfaith Marriage is Transforming America [ביז די אמונה וועט אונדז צעטיילן: ווי אַזוי געמישטע חתונות ענדערן הײַנט אַמעריקע].
דאָס בוך האָט זי געשריבן אויפֿן סמך פֿון אַ גרויסער אַנקעטע פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער, וואָס זי האָט דורכגעפֿירט אין יאָר 2010. לויט איר פֿאָרשונג, האַלט די סטאַטיסטיק פֿון געמישטע חתונות אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן בײַ 42%. דאָס בוך איז פֿול מיט אינטערעסאַנטע פֿאַקטן; למשל, אַז די ייִדן זענען די צום מערסטן גענייגט חתונה צו האָבן מיט מענטשן פֿון אַ פֿרעמדער רעליגיע, בעת די מאָרמאָנען זענען די צום־ווייניקסטן גענייגט עס צו טאָן.
איר אויספֿיר איז אָבער, אַז די וואַקסנדיקע צאָל געמישטע פּאָרפֿעלקער ווייסן נישט ווי שווער דאָס קען זײַן. „געמישטע פּאָרפֿעלקער האָבן אָפֿט מאָל חתונה אָן דורכצוטראַכטן די מעגלעכע פּראָבלעמען וועגן זייערע רעליגיעזע אונטערשיידן. זיי מיינען, אַז צוליב דעם וואָס זיי זענען ביידע לײַטישע, טאָלעראַנטע לײַט, וועלן זיי נישט האָבן קיין שוועריקייטן נאָכן חתונה האָבן מיט עמעצן פֿון אַ צווייטער רעליגיע.‟
אינטערעסאַנט איז, אַז זיי זאָרגן זיך אָבער יאָ, אויב זיי האָבן חתונה מיט עמעצן וועלכער האָט אַן אַנדערן פּאָליטישן קוק־ווינקל. לויט רײַליס שטודיע, זענען פּאָליטיש־געמישטע פּאָרפֿעלקער אַ סך זעלטענער ווי רעליגיעז־געמישטע. „פֿאַר וואָס קווענקלען זיך די אַמעריקאַנער אַ סך מער בײַם חתונה האָבן מיט אַ מענטשן פֿון אַ צווייטער פּאָליטישער אַפֿיליִאַציע, איידער מיט אַ מענטש פֿון אַ צווייטער רעליגיעזער אַפֿיליאַציע? ווײַל זיי פֿאַרשטייען נישט, אָדער ווילן נישט פֿאַרשטיין, אַז די רעליגיע קאָן ערנסט צעשפּאַלטן דאָס זיווג־לעבן.‟
דאָס איז אַ טעות, שרײַבט רײַלי. „רעליגיע איז אַ קאָמפּליצירטע זאָל, און מע ווייסט קיין מאָל נישט, ווען אַ סענטימענטאַלקייט צו דער רעליגיע קען זיך באַווײַזן: דער טויט פֿון אַ ליבן מענטשן, דאָס געבורט פֿון אַ קינד, דאָס פֿאַרלירן אַ שטעלע, דאָס איבערציִען זיך אין אַ נײַער שטאָט — די אַלע זאַכן קענען אַרויסרופֿן בענקשאַפֿט נאָך דער רעליגיע פֿון די קינדער־יאָרן.‟
איר בוך איז נישט קיין אַטאַק אויף געמישטע חתונות. פֿאַרקערט — זי האָט אַליין חתונה געהאַט מיט אַ מענטשן פֿון אַ צווייטער רעליגיע און אַפֿילו אַ צווייטער ראַסע. זי וויל בלויז, אַז די געמישטע פּאָרפֿעלקער זאָלן פֿאַרשטיין, אַז ליבע איז נישט גענוג, און זיי וועלן אפֿשר מוזן אויסשטיין גרויסע פּראָבלעמען צוליב זייערע רעליגיעזע אונטערשיידן.
איר עצה פֿאַר די פּאָרפֿעלקער איז פּשוט: אויב זיי פֿאַרשטייען, אַז זייער צוזאַמענלעבן וועט נישט זײַן געבעט מיט רויזן, וועט עס אפֿשר אויך נישט ווערן געבעט מיט דערנער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.