שיקט אײַערע שאלות צו: sholemberger@yiddish.forward.com
ליבער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס מײנען טײל מענטשן, אַז זײ זײַנען קראַנק געװאָרן צוליב אַ „פֿלו“־װאַקצין?.
שׂרה מײַערסאָן, װאַשינגטאָן, ד״ק
ליבע שׂרה,
די סוכּות־רעגנס זענען שוין פֿאַרבײַ, אַ סימן אַז ס׳איז שוין געקומען דער גריפּע־סעזאָן. װי נאָר איך לײג פֿאָר אַ פּאַציענט, ער זאָל אײַנגעשפּריצט װערן מיטן שטאָך קעגן „פֿלו,“ הער איך געוויינטלעך דעם איבערראַשנדיקן ענטפֿער: „אַיאָ, יענער שטאָך! פֿאַראַיאָרן בין איך אַזױ קראַנק געװאָרן פֿון דעם װאַקצין, שרעקלעך! איך װעל מער נישט ריזיקירן.“ אומזיסט מײַנע װײכע פֿאַרשטענדיקע רײד. כאָטש ברען און בראָט זײ, בלײַבן זיי אײַנגעשפּאַרט: זיי ווילן נישט דעם וואַקצין.
אַז מע טראַכט אין טערמינען פֿון װירוס־װיסנשאַפֿט איז אָבער שװער צו פֿאַרשטײן. היתּכן? דער פֿלו־װאַקצין איז דאָך אַן אומאַקטיװירטער, נישט װי, למשל, די אײַנשפּריצונג קעגן מומס [מאָמפּס] װאָס זײַנען יאָ אַקטיװ — דאָס הייסט, „לעבעדיקע‟. װי אַ פּראָפֿעסאָר מײַנער אין מעדיצין־שול האָט אַ מאָל געזאָגט, דאָס מײנען אַז מע װערט קראַנק פֿון אַ גריפּע־װאַקצין איז אַזױ ווי דער אײַנפֿאַל אַז מע קען געביסן װערן פֿון אַ בערן־פֿעל. נישט געשטױגן נישט געפֿלױגן!
מילא, לױט דער װיסנשאַפֿט איז גרינג אָפּצופֿרעגן, נאָר גענוג פּאַציענטן האָבן די זעלבע טענה, מוז אין דעם כאָטש עפּעס שטעקן. פֿאַראַן עטלעכע מעגלעכקײטן װאָס מיר זאָלן באַטראַכטן. קודם־כּל מוז איך זאָגן אַז אין אײן זאַך האָבן אַזעלכע פּאַציענטן אַ טעות. װיסנשאַפֿטלעכע שטודיעס האָבן פֿאַרגליכן די צאָל בײַעפֿעקטן פֿון דעם װאַקצין, מיט די בײַעפֿעקטן פֿון די, װאָס האָבן עס נישט באַקומען, און נישט געפֿונען קײן אונטערשײד. איז אַרױסצודרינגען אַז זײ זײַנען נישט אַרױסגערופֿן געװאָרן פֿון דער אײַנשפּריצונג אַלײן. איז װאָס זשע?
טײל פֿון דעם קען זײַן צוליב דער איבערלעבונג פֿון אײַנגעשפּריצט װערן אַלײן. מעגלעך, אַז אין טײל מענטשן, איז דאָס געשטאָכן װערן אַליין אַן אָפּקומעניש. בײַ אַנדערע קען דאָס זײַן בלױז אַ צופֿאַל צווישן דעם וואַקצין און עפּעס אַן אַנדער חולאת. די דאָזיקע װאַקצין דעקט נישט אַלע קראַנקײטן וואָס שטעקן מענטשן אָן אין דער צײַט פֿון יאָר; נישט קעגן סתּם פֿאַרקילונגען און נישט קעגן אַנדערע װירוסן װאָס מע קען גרינג פּלאָנטערן מיטן גריפּ. קען זײַן, אַז מע שטעקט זיך אָן מיט אַן אַנדער װירוס דעם זעלבן טאָג פֿונעם שטאָך, מיינט מען אַז דער וואַקצין האָט גורם געווען דעם ווירוס.
מיר דאַכט זיך אָבער אַז נאָך אַ פֿאַקטאָר דאַרף מען אױסרעכענען. דהײנו? אַ מאָל װערט בײַם פֿאָלק אַזױ אײַנגעבאַקן אין האַרצן אַ כּמו־פֿאַרבינדונג, אַז ס׳איז כּמעט װי אוממעגלעך זי אָפּצוזונדערן. אַ טײל פֿון אָט די באָבע־מעשׂיות האָבן מיר שוין געפּרוּװט אָפּפֿרעגן אין דער דאָזיקער רובריק, נאָר גײ זײַ אַ חכם. אַכט גלעזער װאַסער אַ טאָג, למשל, זײַנען נישט נײטיק. אױב מ׳איז געזונט מוז מען נישט באַקומען אַ רײ בלוט־טעסטן יעדעס מאָל װען מע גײט צום דאָקטער. ענלעך צו די אײַנגלייבענישן איז די מיינונג אַז די גריפּע־װאַקצין רופֿט אַליין אַרױס אַ גריפּע, אָדער עפּעס ענלעכס. די דאָזיקע אײַנגעגלייבטע אין דער טעאָריע װעלן מסתּמא אַזױ גלײבן אויף אייביק. רעד צו דער וואַנט.
ליבער ד״ר בערגער,
פֿאַר װאָס קומט נישט די בלוט גלײַך אַרױס פֿון מײַנע װענעס, װען איך װער געשטאָכן פֿונעם פֿלעבאָטאָמיסט?
אַ פּאַציענט, באַלטימאָר
חשובֿער פּאַציענט,
עס טוט מיר באַנג אַז מע פּרוּװט בײַ אײַך ציִען בלוט (כאָטש כ׳בין מסתּמא שולדיק אין דעם). פֿאַראַן עטלעכע סיבות, הלמאי די דאָזיקע איבערלעבונג קײן זײַן שװער. ערשטנס, די כראָניש קראַנקע, אָדער די װאָס לײַדן פֿון קראַנקײטן וואָס זענען שווער אויסצוהיילן, זײַנען אָפֿט מאָל דעהידרירט. דאָס פֿאַרקלענערט װיפֿל בלוט ס׳געפֿינט זיך אין די געפֿעסלעך, און מאַכט די בלוט אַלײן געדיכטער. איז רעקאָמענדירט זיך אָנצוטרינקען מיט פֿליסיקײטן איידער מע דאַרף געבן בלוט אױף טעסטן. נישט װאַסער אַלײן, נאָר עפּעס מיט עלעקטראָליטן (מינעראַלן), װי למשל „פּעדיאַלײַט‟ אָדער „גײטאָרײד‟ (זײַ װיסן אַז די דאָזיקע זײַנען אפֿשר נישט פּאַסיק, אױב איר לײַדט פֿון צוקער). נאָך אַן עצה איז אָנצוּװאַרמענע דאָס אָרט, װוּ מע פּרוּװט ציִען בלוט. דאָס קען אַרױסהײבן די בלוט־געפֿעסלעך.
אױב סע בלײַבט ווײַטער שװער, בעט דעם פֿלעבאָטאָמיסט ער זאָל זוכן אַן אַנדער אָרט, אָדער ניצן אַ דינער נאָדעלע װאָס זאָל אַרײַנפּאַסן אין די װענעס (דער נאָדל דאַרף זײַן גענוג דין אַרײַנצורוקן אין די װענעס, נאָר נישט צו דין, כּדי אַרײַנצולאָזן די בלוט־קעמערלעך אַלײן).
אפֿשר איז דער עיקר, װי שװער ס׳זאָל נישט אױסזען, צו בלײַבן רויִק. אומרויִקײט קען אױפֿהײבן דעם בלוטדרוק, און דאָס, מעשׂה־שׂטן, קען אַלײן אײַנציִען די בלוט־געפֿעסלעך. דאָס װיל מען זיכער נישט, און קען מאַכן די פּראָצעדור נאָך שװערער. זאָל זײַן מיט מזל!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.