קיינמאל וואלט מיר נישט איינגעפאלן אז בײַם עק פון סאן דיעגא, אין דער שטילער געגנט פאואוויי, דארט וואו איך פלעג אפט קומען אויף שבת, צווישן פאראדייסישע ביימער, פרייליכע שלוחים, און וואוילע אידן פון די גלילות, אז עמיצן חלום’ט זיך בייזוויליגע פלענער דווקא אויף דעם פארווארפענעם ארט.
די שיל איז א שיינע, א סעמעטרישע געביידע פון ציכטיגע ווייסע שטוק ווי די שטייגער אין קאליפארניע, ארום איז שיינע אויסגעפארעמטע גראז מיט א קינדער גארטן. פון אינווייניג גרויס, לופטיג און פרעכטיג, דורך די שילס מייעסטעטישע הויכע שמאלע פענסטער זעט מען א הערליכער קאנארי פאלמען בוים, ממש הארט ביים פענסטער, ווי פון א מאלעריי.
ביי די זייט דורכן קארידאר, געפינט זיך דער חדר שני, א טיפישער חב”ד’קער ספרים אוצר. דא פלעג איך אמאל זינגען און פארברענגען בשבת אחים, אויפגענומען ווערן בסבר פנים יפות. מיט א פידעלע בין איך אפט געקומען, אמאל געשפילט אין דעם ספרים’דיגן חדר שני, אמאל אינעם שיל הויף פאר א בר מצווה, און אמאל אויך אויפן קידוש זאל’ס פאדיום הינטערל שיל אויף א שמחה אדער וואוילטעטיגע באנקעטן.
קומען אין דער שיל אידן און אידענעס פונעם געגנט, יעדער דריטער דא איז א ראביי, א שליח, און יעדער צווייטער א דאקטאר, אדער גאר ביידע אינאיינעם. אלע דא שפירן זיך מחותנים דא, ווי אין דער פארווארפן שטעטל פון די מעשה ביכלעך, און די ווייבער און כאפטע רעביצינס, שלוחות, שכן’טעס יאכנענען ארום ווי נאר אידענעס קענען. פערזאנען מיט וויכטיגע אמטן קומען דא ווי אמאליקע אידן מיטן וואגן, א גרעניץ וועכטער, א מיליטערישער דרונע-פלוגצויג ספעציאליסט, און וואס נישט… דא קומען זיי טרינקען א קאווע, פארברענגען, אפאטעמען, שמועסן, און אמאל קרעכצן און אפשר אויך לאכן, ווי דער אייביגער גלות אידעלע. צווישן זיי מאכט זיך א שטילער עובד השם, ווי א שטילער שאטן ביי א ווינקל, ווי א באהאלטענער צדיק, וואס דאוונט מיט גרויס כוונה און דביקות.
איך וואלט צו דעם פארשטיפטן ארט קיינמאל נישט אנגעקומען ווען עמעצער, א איד ערגעץ וואו אין א קראם, זאגט מיר נישט: „דו מוזט אמאל גיין אין פאוויי, דארטן איז דא א רב, א זעלטענער מענטש.‟ איך ווייס נאך עד היום נישט פון וועמען ער האט גערעדט, איך האב אבער געגוגלט חב”ד אוו פאוויי, טעלאפאנירט א קארגער שעה פארן זמן שבת, עס הייבט אויף איינע פון די שלוחים, באלד האט מיר יענער שליח פארבעטן, ממש געפאדערט איך זאל קומען שוין אויף דעם שבת. איך בין געפארן און ווי שיין בין איך אויפגענומען געווארן, מיט וואס פאר א אידישער און שטוביגער גאסטפריינדליכקייט, איך בין געווארן אין דעם שיל אן אפטער גאסט. עס לאזט גלויבן אז איך בין נישט דער איינציגער וואס האט זיך דארטן געשפירט אינדערהיים.
און וואס פארא א וואונדערליכע שלוחים! הרב בלומענפעלד, אדער מענדי ווי מען רופט אים מיט חיבה, ער איז דער וואס האט מיר צום ערשטן מאל פארבעטן אויף שבת, א איד א בעל משפחה מיט א לאנגער חב”ד’סקער בארד, מלא געשמאקקייט, מלא גוטס, א איד וואס האט מיטן גאנצן הארצן ליב די בריאה, האט ליב א מענטש, און יעדן איד. הרב גאלשטיין’ס זין ־ די יונגע שלוחים ברודער מיט די רויטע בערדלעך, זענען ווי גייענדיגע לאמטערנעס, אמת’ע חסידים, פונקט ווי זייערע חב”ד’סקער בערד זענען זיי פון אינווייניג, עס שפרודלט אין זיי דער צעיר חב”ד יוגנט לוסט, א שמחה’דיגע ענערגיע, תמיד מיטן חת”ת זאגערל אין די הענט, מירלמלען גייענדיג און שטייענדיג, בגריסן וועמען מען דארף מיט א היימישן לעבהאפט און פרעדיגן תורת החסידות מיטן חב”ד’סקער קוועטש און מאך צו יעדן וואס איז נאר גרייט צו הערן, ווי זיי וואלטן ווען נאר וואס ארויסגעשפראצט פון אונטערן רבי’נס שטענדער אין 770.
און דער פאטער, הרב גאלשטיין אליין, א אידישדיגער שמייכל, דער פיפיגער שמייכל פונעם סוחר פון שטעטל, א פרישקייט ווי נאר א שליח קען. א שניי ווייסער בארד אבער יונג ווי נאר יונג קען זיין. אגב, ווען ער האט מיר דעם ערשטן מאל געזען אין שיל פרעגט ער זיין קאלעגע שליח אויף אידיש, ווי זיך צו סודות’ן: „ווער איז דער חברה’מאן?‟ געענטפערט האב איך אים אליינס, אז איך בין שוין גארנישט אזא חברה’מאן… בלויז ביי ענינים פון אידישע מנהגים ציט זיין געזיכט אן אן ערנסקייט, א מין ערליכער ערנסטקייט פיל מיט עהרנפארכט. קיין מינוט שטייט הרב גאלשטיין נישט ליידיג, ער איז אויף אַ שטענדיגער מיסיע.
האט דוקא אין אזא שיינער און נאבעלער חב”ד הויז אזא אומגליק געמוזט פאסירן. א פרוי, א כשר’ע אידענע, געשאסן צו ווערן, דעם רבס פינגער אפגעהאקט צו ווערן, און די קהילה אַרײַנגעשטעלט אין א פאניק.
זאל דער פון אויבן זיי אלע טרייסטן און באהיטן צוזאמען מיט אלע אידישע ברידער איבער די וועלט. שפוך חמתך על הגוים, ווי וואונדערליך איז אז הרב גאלדשטיין מיט א נאר וואס געשעדיגטער האנט אויף קיין שום איד נישט געווינטשן געװאָרן, שרייט אויס, מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. אזיינס קען נאר א רעכטער חב”ד’סקער, א זעלנער פון רבי’ן, א איד מיט אן אמאליגן גייסט.