איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דעם שכל פֿון צוויי חסידישע שמחות און התלהבות: קידוש לבנה — ווען מען בענשט די לבנה, און ספירת העומר — ביי די לשם יחוד און ספירה.
דא וועל איך רעדן פונעם ספירת העומר. אינעם בית המדרש וואו איך בין אויפגעוואקסן, אין דער צייט פון ספירה, באלד נאך מעריב גיט דער עולם א פלאץ אויס אין א לשם יחוד, א מין עקסטאז. איך פלעג זיך שטענדיג פרעגן, פארפעל איך דא עפעס וואס איך ווייס נישט? וואס איז דא די שמחה?
מילא הלל, דא איז דאך דא ניגונים, שירות ותשבחות, שיינע נוסחאות זיך צו חזנען; ביי שמע קולינו — סיי מען רייסט איין, סיי מען חזנט זיך. ביי סלחתי כדברך באלד נאך כל נדרי טוישט מען דאך די נשמה צו א נייערע, א ציכטיגערע. ביי ונתנה תוקף גייט מען איבער די פארכטיגסטע מאמענטן פונעם יום הדין. אפילו די השתוקקות און השתפכות פון דעם חסידס כל מקדש אדער שירת הים קען איך נאך משיג זיין.
איז מען ווי די קארלינער חסידים וועלעכע מאכן שטענדיג קולי קולות אפילו ביי רעגלמעסיגע שבתדיגע הללויה’ס האב איך אויך נישט קיין קשיות. אזוי איז דער מנהג לכתחילה, מען געוואלדעוועט שטענדיג. אבער אין א מקום וואו געווענדליך דאוונט מען אויף א מיטלמעסיקער טעמפראטור, פארשטיי איך נישט דעם אויספלאצן זיך ביים לשם יחוד פון ספירה. פאר וואס איז דא די התלהבות און חשק אזוי גרויס?
די גבאים פון דער רבי מאיר בעל הנס פושקע אין מיין שיל, פלעגן לכבוד ספירה טיילן פאר די קינדער א ספירה לוח מיט א בילד פון ווייץ. צו דעם לוח האב איך זיך געפרייט, אבער דער בילד פון די ווייץ האט אין מיך נאך נישט אריינגעבלאזן דעם געוואלדיגן חשק און עקסטאז צום ספירה ציילן.
אז איך פלעג אין א ספירה נאכט אריינפאלן אין א שטיבל פון נאדווארנער חסידים, מיט א רבין בראש באזיידיגט און באסאמעטעט, איבערהויפט אז זיי זענען פון די חסידים פון ר’ הערשעלע קרעטשניפער זצ”ל, בין איך כמעט ווי צעדריקט געווארן פון די געוואלדעס, איך האב דעם הייליגן פייער נישט געקענט דערהייבן. מען שרייט און מען קאכט זיך, ממש מען שטורעמט, עס דערמאנט מיר א שאמאנישער ריטואל. עה, וואס פארגלייך איך זיי צו גויאישע שאמאנען, א ברען א דביקות, א לעכטיגקייט, א רבי’שקייט, מען קלאמערט זיך צו הימלישע היכלות, מען קערט עולמות.
באלד ביים אנהייב „לשם יחוד‟ הייבט די חברה אן מיט געוואלדעס, געשרייען און יללות, מען גלייזט, מען ריכטעט, די אויגן צום הימל, אפילו מער ווי ביי די נרות חנוכה. מען טרייסלט זיך און ווארפט זיך מיטן גוף מער ווי ביי שירת הים. אז מען גרייכט די ברכות אליין, אוי באשעפער, וואס פארא קולות די חברה מאכן, וואספארא יללות, עס רייסט מיט די פאדלאגע. הימל און ערד קושן זיך, מען טופעט מיט די פיס, מען שאקלט דעם גוף אין די לענג און ברייט, מען פאכעט מיט אויסגעשפרייטע הענט, און מיט בכיות פון חשק גרידזשעט מען ארויס די ברכה מיטן ספירה נומער, נאר מיט איבערנאטירליכע כוחות קען מען אזעלעכע געשרייען ארויסגעבן און נישט פארלירן די שטימע.
דאן קומען א ריי נאך־ספירה תפילות, אויך דא בארואיגט זיך נאך נישט דער עולם. מען שרייט און מען וואוויעט, דא און דארט ביים בימה אדער ביי א ווינקל אין שטיבל הערט זיך א יאמערליכע אויסגעשריי פון א פנים באגראבן אין סידור, נאר נאך דעם לעצטן קדיש לעשט זיך די „פראפעלער‟, דעם ענדזשין, אויס, דער שטורעם בארואיקט זיך, מען קומט צוריק אויף דער וועלט, אן אויסגעהארעוועטער און א געהייליגטער. דאס איז ווי א רייניגונגס פראצעדור, אויב מעג מען עס אזוי אנרופן.
גאנצע פופצן אדער צוואנציג מינוט נעמט אזא ספירה סעסיע, און איך, וויי די זינד, שפיר זיך דארטן ווי א יוון אין סוכה איך האב מיך קיינמאל נישט מיטגעכאפט מיט אט דער הייליגער רבישער מעדיטאציע פראקטיצירונג.
כמעט ביי אלע חסידים מאכט מען אן עסק פון ספירה. ביי מיר, אפילו אין מיינע בעסטע הייליגסטע מאמענטן, אין א וואכעדיגן נאך-מעריב, א מידע נאכט, וויל איך אהיים. קידוש אז מען מאכט אין די נעכט איז עס כאטש אין א פייערדיקער שטימונג, ראש השנה נאכט אויף א גוטן חזנות און אנהייב יאר. אבער ספירה, דא בין איך שטענדיג געווען ווי דער רשע פון די הגדה, מה העבודה הזאת לכם? אויסגעהארעוועטע יונגע עובדי השם נאך א ספירה האבן אויף מיין קאלטער פרעגעוודיג פנים געבליקט מיט אויסגעווייכטע רוחניותדיגע אויגן ווי פון א העכערן היכל. וואס פארא פראגע? „אז דו פארשטייסט נישט קען מען דיר נישט געבן צו פארשטיין, די קדושה און טעם פון ספירה דארף מען אליינס דערשפירן, דאס קען מען נישט מסביר זיין.‟
מיין אייגענע ישועה איז געקומען ווען איך האב צוגעזען א ספירה אין א מאדערנער שיל. דארטן זאגט מען נאך מעריב א ברכה, די ספירה, מען טוט די ספירת העומר, און מען גייט אהיים. ענדליך זע איך די ספירה נאקעט ווי עס איז, אן די הילע.
ווי האט מיר א איד אין יענער שיל געזאגט: „אט אזוי, ספירה איז נישט מער ווי א נומער.‟ דא אין דער מאדערן ארטאדאקסישער שיל שפיר איך סוף כל סוף א שייכות מיט דער מצווה פון ספירת העומר.