צו לײענען דעם ערשטן טײל, קװעטשט דאָ
ווי א ביין אין האלדז שטייט דער “אותו האיש” בערלאנד, פאר כלל ישראל בכלל, און פאר ברעסלאווער חסידים בפרט. א מנהיג פון חסידים אנגעפיקעוועט מיט די הארבסטע סקאנדאלן קעגן דער מענטשהייט און קעגן די תורה, גדולי ישראל האבן שוין ארויסגעגעבן א קלארער פסק אז מען דארף פון דעם מענטש זיך דערווייטערן ווי מען דערווייטערט זיך פון טומאה, אבער עדיין הוא מרקד בנינו - ער מיט זיין כת זענען נאך נישט אויסגעשפיגן פון כלל ישראל.
אבער פאר מען שרייט אזוי געוואלד איבער דעם בערלאנדיזם, און איידער מען רעכט זיך אים מיט זיין עדה גענצליך אויסצושפייען, לאמיר נעמען די מי און ברענגען דעם ענין אויף א גלייכן טיש.
לכאורה קען מען זאגן אז ווען נישט בערלאנדס ניאוף סקאנדאל וואלטן זיינע אנדערע חטאים פארגעבן געווארן. בערלאנדס פארגעטערט ווערן, שארלאטיזם, און בארבאריזם, פון די סארט פראבלעמען האט מען דאך שוין געוואוסט איידער דאס גאנצע איבערקערעניש, מען פלעגט דאס באטראכטן ווי נישט מער ווי עקסטרעמע קאפריזן פון א ברעסלאווער מנהיג און אגרעסיע פון זיינע ספרדישע בעלי תשובות. מעסיגע זענען פון אים סייווי געשטאנען ווייט און ווער עס האט געוואלט זיין א בערלאנדער, זאל אים וואויל באקומען.
אויסער דעם, אזעלעכע פראבלעמען ווי פארגעטערונג, שווינדל, און וואנדאליזם, קען מען אויכעט געפֿינען ביי אנדערע חסידות’ער אדער ספרדישע גרופן. פעלן דען מאדנע און עקסטרעמע אמונות ביי אנדערע חסידות’ער? פעלן שארלאטיזם, שווינדל דורך שטוב מענטשן פון רבי’שע הויפן? פעלן דען ווילדקייטן און בארבאריזם ביי שווענץ חסידים, ביי די פאנאטישע אנהענגער פונעם רבין? לאמיר נישט מאריך זיין…
נאר וואס? אז מען האט געפאקט זייער בערלאנדן מיט ניאוף, האט דאס שוין פארוואנדלט אויך די איבעריגע פראבלעמען און סקאנדאלן, מעשי זנות איז אן אומדערהערטער זאך ביי א רבי. אז נאך דעם וואס בערלאנדס מעשי זנות איז אנטדעקט געװאָרן גלייבט מען ווייטער אין אים ווי דער גרעסטער צדיק הדור, איז דאס שבתאות. אז מען פארטיידיגט אזא רבי’ן מיט שלעק זענען זיי דאך פאלנע שלעגער און רוצחים, און אז אין אזא סעקטע קומען אויך פאר שווינדלערייען איז דאך די מעשה דא גארנישט אזוי גלאטיג.
זיך האלטנדיג צו דעם קוקווינקל, אז דער זנות איז דער שורש פונעם פראבלעם וואס אן דעם וואלטן די אנדערע מעשים פארגעבן געווארן, איז כדאי זיך מתבונן צו זיין, צו איז טאקע די מעשה עריות גענוג אז מען זאל דערפאר מוזן צעברעכן א רבי’ן מיט א גאנצער מוסדות? לאמיר נישט פארגעסן אז רוב פון זיינע חסידים זענען געווארן פרום צוליב אים.
דער ענטפער איז לכאורה פשוט און קלאר: שבתי צבי! פארהייליגן איינעם וואס טרעט אויף די תורה איז שבתאות, אזא איינעם האבן אונזערע גדולים געלייגט לדראון עולם, אין אייביגן חרם.
צו פארוואנדלען א יעדן באמבאסטישן קוריאז אין א צווייטן שבתי צבי איז נאטירליך, די שאלה איז אבער צו איז עס ריכטיג, צי זענען בערלאנדנס מעשים טאקע גענוג אים צו מאכן א שבתי צבי?
שבתי צבי האט מיט משיחישע אויסריידן עובר געווען נישט נאר אויף זנות און אשת איש, נאר אויך אויף אנדערע מצוות וואס קיינער האט ביז דאן נישט געוואגט צו רירן, און דאס האט ער געטון בפרהסיא מיט אן אפעציעלער שטעמפל, אויסרופענדיג די חטאים אלס מצוות זאגנדיג דערביי “ברוך מתיר אסורים”. דערצו האט ער באפוילן זיינע אנהענגער צו טון די זעלבע, און דאס אפילו ארויפגעצווינגען אויף אנדערע וואס זענען נישט געווען זיינע חסידים. נאך דעם וואס ער האט זיך געמוזט טויפן צו איסלאם האט ער געשאפן א נייער רעליגיע, א טשאלנט פון איסלאם און קבלישע יהדות.
ש”צס תלמידים, נאך די אלע הארבע מעשים און דורך ברעכונגען, האבן נישט נאר פארגעטערט זייער רבי’ן, אים געהאלטן פאר משיח השם, אדער זיינע זינד און פירצות פארענטפערט קבליש, נאר זיי האבן זיך ווי זייער רבי’ן-אפגאט געפירט למעשה. לכל הפחות די אפענע תלמידים. ווער רעדט נאך פון יעקב פראנק וואס האט זיך באַצײכנט װי דער גילגול פון ש”צ, ער האט זיך ווי זיין פארגייער געטויפט צו דער רעליגיע פון זיין לאנד, און ביי פאַרזאמלונגען מיט זיינע תלמידים פארשוועכט די ספרי תורה מיט מעשי זנות ווי די נידעריגסטע גאסן יונגען.
לאמיר שוין נישט אריינגיין אין שצ’ס גאנצער משיחישער אפאריע, מיט זיינע נביאים און מלכים און לעגענדארע הנהגות, ווי חתונה האבן מיט א ספר תורה, שפאצירן אין די גאסן מיט א פיש און א קינדס וויג, פראווען פסח, שבועות און סוכות אין איין טאג, מקיים זיין “תקיעת שופר” בלאזנדיג אין זיין פויסט אנשטאט אין א שופר.
אט די זאכן זענען דאס וואס האט צום סוף באוואויגן אז אלע גדולי ישראל זאלן מסכים זיין אז שבתי צבי צוזאמען מיט זיינע תלמידים דארפן אויסגעמעקט ווערן פון די אידישקייט פלאטפארמע.
עס איז קלאר אז ביי בערלאנדן זענען נישטא די אלע זאכן. נאר וואס, זינט די שבתי צבי מעשה האט זיך אנטוויקלט א הייקלקייט, סענסעטיוויטעט, צו יעדער זאך וואס קוקט אויס ווי אן אנהייב צו שבתאות.
אבער טאקע פון דער “פאוסט טראומע” מערכות, קען מען אפשר נעמען א באווייז אז עס איז איבעריג צו באטראכטן יעדער פורץ גדר תנועה ווי א צוקונפטיגער שבתאות. א קורצער איבערבליק אויף די פאוסט טראומע מערכות דערציילט מער פון אלעס. ר’ יעקב עמדין האט ארונטערגעריסן ר’ יונתן אייבשיץ מיט זיינע קמעות אלס שבתאות, דער װילנער גאון האט געקעמפט קעגן חסידות, וואלינער רבנים האבן זיך שארף ארויס געשטעלט קעגן ברעסלעוו, רבי’ס אין גאליציע קעגן דעם קאצקער, דער דברי חיים פון צאנז אנטקעגן די רוזשינע קינדערס דרך. די אלע מלחמות זענען געווען מיט דער טענה אז די באטרעפנדע פירן זיך פאגאניש, טרעטן אויף מצוות התורה מיט קבלישע אויסריידן, אדער פארהייליגן זינדיגע רבי’ס, אזוי האט זיך דאך שבתאות אנגעהויבן.
למעשה זעט מען אז פון קיינע פון די דערמאנטע איז קיין שבתאות נישט געווארן. אקיי, קנאים וועלן אייביג טענה’ן אז ווען נישט זייערע מערכות וואלטן די באטרעפנדע זיך דערקייקלט צום אפגרונד, לעומת זאת וועלן טייל דרכי נועם’ניקעס טענה’ן פארקערט, ווען נישט די קנאושע מערכות וואלט אפילו דער ארגינאלער שבתאות זיך נישט דערקייקלט ווי עס האט זיך דערקייקלט.
א “מעשה רב” האב איך געהערט וואס קען אונז לערנען הדרכה איבער וויאזוי צו באהאנדלען א זינדיגן רבי’ן.
דער קלויזנבורגער רב, ר’ זלמן לייב זצ”ל איז יונגערהייט געקומען צום באוואוסטן צדיק פון ראצפערט, ר’ שלום אליעזר’ל, מיט א גרויסער שאלה, היות ער איז געווען ביי א געוויסן רבי’ן אויף שבת, און בעצם יום השבת דערשפירט ער א ריח פון טאבאק רויעך. צו זיין גרעסטן שאק האט ער געזען אז דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער רבי וועלעכע פארייכערט באהאלטענערהייט אן צו וויסן אז יענער זעט אים. “זאל מען מפרסם זיין אז דער רבי איז מחלל שבת און געמיינער שקרן?‟ פרעגט דער יונגער ר’ זלמן דעם ראצפערטן צדיק.
„צי לייגט יענער רבי אריין אין זיינע חסידים א ווארימקייט צו אידישקייט?‟ פרעגט דער צדיק.
“אן ספק, דער רבי דערהייבט זיינע חסידים מיט א קאכעניש צו תורה און מצוות!‟ ענטפערט ר’ זלמן.
“אויב אזוי, חס ושלום נישט מפרסם זיין, עס וועט מער שאדן טאן ווי אויפטאן!‟ האט ר’ שלום אליעזר’ל גע’פסק’נט. עד כאן המעשה.
אמת, א סך גדולי רבנים שרייען קעגן אים, א שטיק טומאה א.א.וו., אבער א קלוגער מענטש מעג טראכטן מיט מער שכל. טייל פון די רבנים זענען ווארשיינליך אמת’ע ערליכע אידן, אבער נישט אייביג זענען רבנים די גרעסטע מבינים אין עניני כלל ווי היסטאריע האט געוויזן. רבנים זענען באזארגט, מאכן זיי מסקנות און חרמות, דער עתיד פון אידישקייט גייט זיי צום הארצן, אבער איין גאט ווייסט וואס עס איז ריכטיג צו טון.
דאס איז אלעס איידער מיר האבן אנגערירט ווי ווייט מען זאל גלייבן אין די מעשיות אויף בערלאנדן. דאס איז אבער איינמאל זיכער, עס איז נישט אידישליך אויסגעהאלטן צו פארענטפערן א רבי’נס זינדיגע מעשים מיט קאבאליסטישע ענינים, און אודאי איז נישט אידישליך אז א פרוי זאל אליינס אריין צו הרב בערלאנדן אין פאל די שמועות זענען חלילה אמת.