ווי א חסיד גייט, איילט ער זיך. אין שול לויפט ער. ווי דער אלטער חסידישער ליד גייט: ״וואס טוט א ייד אין גלות? ער לויפט אין מקוה, ער לויפט אין שול דאווענען!״. צו דער ארבעט גייט ער אויך מיט שנעלע טריט. ווען מען רופט אים אויף א מיטונג, וועט ער אנקומען אין איילעניש, די לעצטע מינוט, מיט „די נשמה אין די הענט‟. ווען מען זעט א חסיד מערקט מען גלייך אז ער גיט נישט קיין עסקטרע בליק אין ערגעץ, ער לויפט שנעל צו זיין ציל.
דאס ווערטל גייט: „א חסיד קומט אן די לעצטע מינוט‟. די וועלט זאגט אז אין יעדן ווערטל ליגט א שטיקל אמת.
דער געדאנקענגאנג פון א חסיד איז אינגאנצען אנדערש ווי א וועלטליכער מענטש. זיין גוף און נשמה איז ממש א צווייטע סארט. עס ליגט אין זיין קאפ גאנץ אנדערע זאכן וואס עס ליגט פאר א דורכשניטליכן מענטש.
וויפיל מאל טראכט א מענטש אז ער איז אויף דער וועלט בלויז א קורצע צייט? ער מוז עפעס צוגרייטן אויפן עולם הבא. וויפיל מאל קומט אויס צו טראכטן פארן מענטש פון גן עדן, גיהנום, במשך פון א מעת לעת?
צו פארשטיין א חסיד דארף מען וויסן אז ער טראכטן דערפון הונדערטער מאל א טאג. דאס איז זיין „ציל‟. יא, ער ארבעט, מאכט געשעפטן, פארדינט געלט, לויפט ארום איינקויפן פאר זיין גרויסע געבענטשטע פאמיליע. דאס מאכט ער זייער שנעל, עס איז פאר אים ווי ער שלעפט שווערע פעק און מען וויל דערפון „פטור‟ ווערן וואס שנעלער. ער וויל שוין זיצן רואיג און הנאה האבן פונעם לעבן, וואס הייסט ביי אים רוחניות. בלויז העכערקייטן פארנעמט זיין ציל. דערפאר ביים דאווענען דריי מאל א טאג, ביי זיין תורה־שיעור, וועט ער זיך נישט איילן. ביי א גמילות חסד פאר א חבר, ביי פארברענגען מיט זיינע עלטערן און פאמיליע, וועט ער זיין רואיג. חוץ דעם וועט ער אייביג לויפן און זיך נישט אומקוקן אויף די גאנצע וועלט מיט אירע איבער זיבן ביליאן מענטשן. ער טראכט פשוט נישט פון זיי. דערפאר לויפט ער אייביג. ווי מען פלעגט זאגן אין קאצקער חסידות: עס איז נישט כדאי אויף דער וועלט צו געבן אפילו א קרעכץ דערויף. ווי עס זינגט זיך דער חב״ד׳צקער תנועה׳לע: „עס איז דאך אלץ הבל הבלים, אין עוד מלבדו‟.
זיכער איז נישט יעדער חסיד אזוי, אבער איך שטעל זיך אויפן פונדאַמענט פונעם געדאנק פונעם חסידישן לעבן.
דאס קען אבער אויך ברענגען א שלעכטע געוואוינהייט, וואס מען דארף זיך היטן דערפון. ווען א חסיד קומט צווישן נישט־אידן, קען ער א מאל אראפקוקען מיט ביטול, זיי גרינגשעצן, וויבאלד לויטן פארשטאנד פונעם חסיד געהערן זיי דאך נישט צום תכלית באשאף פון דער וועלט. אלעס איז דאך בלויז צוליב דער תורה, נו, פארוואס דארף איך בכלל זיך רעכענען מיט אנדערע באשעפענישן? קען זיך מאכן ביים חסיד אז עס פעלן אים די פשוטסטע כללים פון מענטשהייט! צום ביישפיל, ווען מען שטייט אין לאנגע רייען ערגעץ ארייצונגיין, וועט ער זיך אריינשטופן צו זיין דער ערשטער, נישט זיך רעכענען אז אנדערע שטייען דא פאר אים.
ווען מען קוקט דערויף מיט אן אמתער אויג און תורה׳דיגער פארשטאנד, וועט מען גלייך איינזען ווי נישט גערעכט דאס איז. דער גרויסע תנא רבי עקיבא לערנט אין מסכת אבות (פ״ג מי״ד) „חביב אדם שנברא בצלם אלהים‟ - דער מענטש - א ייד צי א גוי - אין דער וועלט איז געליבט, וויבאלד ער איז באשאפען געווארן מיטן געשטאלט פון גאט. „חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם‟ - א ספעציעלע ליבשאפט איז דא פארן מענטש, וויבאלד ער איז באשאפען געווארן מיטן געשטאלט פון השם אליין. אין ספר „תורת כהנים‟ געפינען מיר, אז דערפאר שטייט אין חומש ויקרא, אשר יעשה אותם „האדם‟ וחי בהם - דער מענטש וואס טוט זיין פליכט, וועט לעבן. שטייט „האדם‟, נישט קיין כהן לוי ישראל, אויך נישט קיין ייד, נאר בלויז „א מענטש‟. ווייל א סעקולערער מענטש, אויב טוט ער זיין פליכט, איז ער חשוב פאר גאט פונקט ווי דער כהן גדול! די משנה לערנט: כל מה שברא הקב״ה בעולמו לא ברא אלא לכבודו - אלעס וואס גאט האט באשאפען אין זיין וועלט קומט דערפון ארויס כבוד פאר גאט. דאס נעמט אריין יעדער באשעפעניש און אוודאי אויך א גוי.
עס איז שוין לאנג דא קריטיג קעגן חסידים פון די לופטליניע קאמפאניעס, אז חסידים רעכענען זיך נישט מיט די מינימאלע כללים וואס א מען פארלאנגט ביים פליען. פאראן חסידים וואס זענען אין דעם הינזיכט שוואכער פון סתם מענטשן, די פלי מאנשאפט באקלאגט זיך אז זיי מוזן הייסן חסידים עטליכע מאל זיך אוועקזעצן אין דער צייט וואס אנדערע זיצן שוין. דאס קומט אפשר צוליב דעם וואס דער חסיד טראכט פון זיין ציל, פון רוחניות און תורה, זיין קאפ איז נישט פארנומען מיט די פארמאלע מענטשליכע כללים. אבער דאס איז נישט קיין תירוץ צוליב דעם זאל מען אים אנקוקן ווי א „בריאה‟ וואס האט נישט קיין מענטשליכקייט!
טאקע ווייל ער איז א חסיד, דארף ער מער אכט געבן זיין אויפפירונג זאל ברענגען א קידוש השם, מען זאל אנווייזן אויף אים, ווי איידל ער פירט זיך, און מיט מענטשליכקייט.