ווי א חסידישער יינגל האט מען אין אונז אריינגעבאכעט אז מיר דארפן זיין וואס מער אנדערש פונעם גוי, סיי מיט קליידונג און סיי מיטן געפירעכטס. און וועלעכער קליידונג איז גויאיש? אלעס וואס חסידים זאגן אז עס איז גויאיש, למשל דדשינס הויזן/קליידל, געפאסט העמעדל (טי שערט), א גויישער קאסקעט (cap), און בגדים מיט כל מיני לאגאס. די סארט בגדים זענען וועלטליך, פראסט, זיי פארגויאישן דעם קאפ. ביי פרויען וועט עס זיין אן ענין פון צניעות. פאר די זעלבע סיבה וועלן טייל זיך אפהאלטן פון געבן אדער זיך רופן מיט גאסישע צונעמען. פאראן חסידים וואס וועלן נישט צולאזן מען זאל רופן זייער יאסאלע, משהלע, בערעלע, רבקהלע און גיטעלע מיט די גאסיש־קלינגענדיקע צונעמען — יוסי, מוישי, בערי, רבקי, גיטי.
דאן איז פאראן די מער קלאסישע גויאישקייט, די מאדערנע בגדים: א קורץ רעקל, קראוואטל, א מאדערן שייטל, פערפומען, אדער סיי וואס עס שמעקט מאדערן. דא דארף מען שוין זיין א מבין אין היימישקייט צו פארשטיין וואס עס איז מאדערן אדער נישט, ווייל אפשר איז הויזן אויך מאדערן? אויף דעם האט מען אבער מחליט געווען אז נישט. און אפשר איז א בלוי געשטרייפט רעקל, אפילו א לאנגע, אויך מאדערן? אויף דעם איז טאקע פאראן אן אויפמערקזאמקייט, דערפאר וועלן א סך חסידים טראגן בלויז שווארצע רעקלעך, דאס איז שוין פון לאנג נמנו וגמרו אז מיט שווארצן איז מען אויף א זיכערער חסידישער באדן, סיידן עס רעדט זיך פון די נאדווארנע רבי’ס וואס ביי זיי איז א גלאנציג קאלירפול בעקיטשע א הייסער רעבישער ענין.
און וואס טוט זיך מיט די מאדערנע קעשענעס, און קנעפלעך? וועט טאקע אן עכטער חסידישער איד, א ובחוקותיהם לא תליכו’ניק, טראגן א חסידישער רעקל, וואס ווערט פארקויפט ביי „דזשי ענד דזשי‟ און אנדערע חסידישע בגדים געשעפטן, גלייך מיט די „באלעבאטישע‟ רעקלעך. אזא רעקל פארמאגט דאך שיפע קעשענעס, און קנעפלעך באדעקט מיט סחורה גלייך ווי די קנעפלעך פון א בעקיטשע. די חסידים פון כניאקישן קולטור — די וואָס האלטן זיך פארצײטיש פרום — וועלן מודה זיין אז ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט א חסידישער איד נישט געגאנגען אין געקנעפלטע מלבושים, נאר מיט בענדלעך אדער העקעלעך. שריים דערפון זעט מען טאקע ביים לבוש פון די רעבישע פרינצן: די סטראקעס וואס ווערן געקנעפלט מיט זילבענע העקעלעך.
עכט חסידישע שיך פון כניאקישן חדר, פארמאגן נישט קיין קנעפלעך, און אפילו נישט קיין בענדלעך. בענדלעך שטאמט פון די מתחדשים — די דייטשלעך (פארצייטישע נעמען אויף די מאדערנע אידן) און זענען אויכעט ספארטיוו. אן עכט חסידישער שפאנט נישט ווי אן ערל מיט פסיעות גסות, מיט פעסטע טריט, און גוטע שיך. ער גייט מיט א געבראכנקייט און קרענקליך, דאס איז שוין מער אידישליך.
ביי די יינגלעך, ביז די בר מצווה מעג מען גיין אנגעטון לויט די באקוועמליכקייט: קאלירטע בגדים, געאייגנט לויט די וועטער. די מוטער קליידעט זיי געווענדליך, וועלן זיי ווערן געקליידעט לויטן ווייבערישן געשמאק. כניאקן וועלן אבער נישט צולאזן קורצע ערמל און הויזן, אדער ספארטיווע קאלירפולע העמעדלעך; די פאות קענען נישט זיין צו קורץ, אדער מיט דזשעל, און דאס קאפל קען נישט זיין צו קליין. א כניאקיש קאפל דארף באדעקן דאס רוב קאפ. אין סאטמאר זעט מען א גרויסן אונטערשייד צווישן די „בעסערע‟, מער אויסגעפּוצטע קינדער, און די פון כניאקישע עלטערן.
ווי איר זעט איז דא א חילוק צווישן די “מילדע חסידים” וואס לאזן אריין א ביסל מאדערנקייט אין זייער לבוש, דאס רופט זיך „באלעבאטיש‟ (נישט אויסצומישן מיטן אנדערן טייטש פון „באלעבאטיש‟ וואס מיינט פארמעגלעך) און “כניאקישע חסידים” וואס האלטן אן אויפמערקזאמען אויג אויף פראסטקייט. למשל א באלעבאטישער איד וועט צולאזן א האנט זייגער אדער מאדערנע ברילן; פאר כניאקן זענען זיי צו באלעבאטיש.
אין ווייבער שיל עקזיסטירט נישט דאס ווארט כניאקיש. דארט איז אלעס אונטערן שלייער פון צניעות. מאדערן ביי א פרוי מיינט פשוט ווייניגער צניעותדיג.
און וואס איז דאס א גויאיש געפירעכץ?
דאס איז גלייך צו לבוש און נעמען, אן התנהגות וואס איז פראסט-גאסיש, אדער מודערן, איז אפגעפרעגט. אבער אויכעט דא איז די ליניע נישט קלאר. מיטהאלטן די זומער וואקאציע וואכן איז כשר, אפילו ביי די כניאקישע געמיינדעס, מה שאין כן ווינטער וואקאציע איז שוין אומהיימיש און גויאיש, דא וועט זיך זען א חילוק צווישן מענער און ווייבער. ביי דער פרוי ווערט פרומקייט געמאסטן לויט צניעות, וועט גויאישקייט דארט נישט אזוי געפילטערט ווערן, זיי מעגן זיך ענדעשער אביסל פארגויאישן מיט לשונות העמים; מיט א געבורטס טאג מזל טוב; מען גייט נישט אזוי פיל אין שיל; און אז מען דארף זיך מער פארען מיטן רעאליטעט פון לעבן, פארגוישט מען זיך מער. זיי האבן טאקע צניעות באגרעניצונגען וואס מענער האבן נישט, אבער צוליב דעם וואס די מצווה פון שמירת עיניים געהער נישט צו דער פרוי האבן זיי מער פרייהייט ארום צו קוקן וואס טוט זיך ארום.
אום זומער וואקאציע וועלן רוב חסידישע מענער מסכים זיין זיך צו קליידן פראקטיש. מען דארף זיין גאר פאנאטיש צו שפאצירן איבער די שווייצער בערג מיט די שמונה בגדים. נייעס פון די וואלן איז מותר לכל הדעות, אבער נישט פון ספארט. צייטונגען זענען גע’כשר’ט געווארן דורך די רבנים אין די סאמע פרימסטער וויליאמסבורג אין די צייטן פון ר’ יואליש, כל זמן די צייטונג איז אין היימישן אידיש. אן עכטער כניאק וועט זיך אבער אפהאלטן פון אינהאלט געדרוקט אויף גרויסע זשורנאליסטישע צייטונגען. קאקא־קאלא איז א גויאישע משקה, אבער עס איז מותר לכל הדעות (מיט א הכשר) ביי יעדן שבת טיש. וואס שייך א קען (פושקע) קאקא־קאלא איז א שאלה. פאפסיקלס, אייזקרים און שאקאלאדן איז לכתחילה נאר פאר פרויען און קינדער. א מאן מיט זעלבסרעפעקט וועט זיי נישט עסן ברבים סיידן ביי א שמחה. א כניאק ווידער וועט זיי באטראכטן פאר תאוודיג און מאדערן, ער וועט זיך אפהאלטן דערפון אפילו בחדרי חדרים.
די שולע יאר ביי די מיידלעך הייבט זיך אן לויט דעם גויאישן קאלענדער צוזאמען מיט די גויאישע שולעס פון די שקצים און שיקסעס. אינטערעסאנט איז וואס דאס מסכים זיין צו פארן אין א פליגער, אין אן עראפלאן, איז אין דער אמתן א מין אונטערגעבן זיך צו א טאטאלער גויאישער קולטור. ווען א חסיד פארט מיטן פליגער, אויסער די שמירת עניים פראבלעם, איז ער ארומגערינגלט מיט שטיקער גויאישקייט און מאדערנקייט. מע גייט אריין אינעם פליפעלד, מיט אלע פערפומען און קולות פון אויסגעפוצטע נשים, מען האלט מיט טאטאל גויאישע אנווייזונגען און סטאטוטן, מען זיצט אינעם פליגער לעבן געפוצטע גוים און גויעס, מען ווייקט זיך צווישן זיי, מען שמעקט די טריפענע מאכלים, די פליגער שוועסטער זענען אונזערע פארזארגער און טעלעוויזיע צאנגט פאר די אויגן. עס האט מיר שטענדיג גע’חודוש’ט וויאזוי מען לאזט חסידים זיך אזוי צו פאר’גוי’אישן מיטן פליגער ווען מע פליט צוליב נישט לעבנסוויכטיגע סיבות. מען האט זיך, ווייזט אויס, צוגעוואונט דערצו, און עס איז כשר לכל הדעות.
צום שלוס: די היימישע פילטער פארמאגט טאקע לעכער און זייטיגע עפענונגען, און פון א ווינט קען אפילו דער בעסטער פילטער נישט צוריקהאלטן, אבער ווי נישט ווי, זעט מען אן אונטערשייד צווישן די ביידע זייטן פונעם פילטער. די אינעווייניגסטע זייט איז פארט מצליח צו האלטן א שטארק היימישער אטמאספערע און אייגנארטיגער אידענטיפיקאציע, אויף וואס יעדער קען מעיד זיין אז טראץ די גויאישקייט איינברעכונגען איז ער א היימישער איד, כניאקיש צי באלעבאטיש, א בריה בפני עצמו.