ביי א פרומען ייד איז אלעס געוואנדען לויט דער הלכה, דערפאר האט א פרומער ייד קיינמאל נישט געוואלט דינען אין א סעקולערן מיליטער. די יידישע היסטאריע אין אייראפע איז איין לאנגע קייט וויאזוי רעגירונגען האבן פארלאנגט פון יידן דינען אין מיליטער. ווען דער מיטל אלטער האט זיך געענדיקט און פראנ״ז יאסע״ף דער צווייטער, דער נאכפאלגער פון דער עסטרייך-אונגארישע קעניגין ״מאריא טערעזא״, האט געשטעלט א תנאי, אז אויב יידן ווילן געניסן פון גלייך בארכטיגקייט דארפן זיי דינען אין מיליטער, האבן אלע רבנים אויסגעוויילט ליבערשט נישט צו געניסן פון פרייהייט, איידער צו שיקען די בחורים אין מיליטער. אויך שפעטער איבעראל ווי תורה–טריי יידן האבן געוואוינט, איז דאס גיין אין מיליטער געווען א ״שרעקליכע גזירה״ פאר פרומע יידן, איז מען געווען ״טמיר ונעלם״, זיך אויסבאהאלטן פון מיליטער. ווער שמועסט אין רוסלאנד, אונטערן צוואנג פונעם ״צאר״, ווען מען האט געכאפט די ״קאנטאניסטן״, איז עס געווען פאר פרומע יידן די ערגסטע זאך, מען האט מיט בלוט און מסירות נפש זיך קעגען געשטעלט.
א מיליטער וואס איז אוועקגעשטעלט זיך נישט רעכענען מיט די דינים פון דער תורה, נאר לויט די מיינונגען פון סעקולערע גענעראלן, איז אייביג ״טרייף פסול״ ביי די פרומע, אפילו אויב רעגירונגען האבן אפשר געהאט, לויט זייער מיינונג, ריינע כוונות. מען האט געוואלט מען זאל זיך אויסמישן צווישן אנדערע, אזוי וועלן זיי נישט ליידן פון אנטיסעמיטיזם און האס, דאך האבן יידן עס נישט אנגענומען. אבער ווען עס קומט צו דינען אין א סעקולערן מיליטער וואס די ״יידישע מדינה״ אין ארץ ישראל האט, איז עס א סך שווערער פאר יידן.
לויטן ישראלדיקן געזעץ ״גיוס חובה״, מוז יעדער יונגעטליכער פון אכצן יאר און העכער, דינען אין מיליטער. א סך פרומע זענען בכלל קעגן דעם עקסיסטענץ פון א ״יידישע מדינה״, זיי קענען זיך נישט שלאגן און איינשטעלן דאס לעבן פאר ״די יידישע מדינה״, ווען לויט זייער מיינונג איז די גאנצע מדינה קעגן דער תורה.
נאך מער איז דער פאקט אז די רעגירונג שרייבט, קליפ און קלאר, אז זייער ציל מיט דעם געזעץ ״גיוס חובה״ איז, אריינשלעפן וואס מער פרומע יידן אין מיליטער, כדי ״זיי זאלן אריינגעשמאלצען ווערן אין דעם לעבן פון דער מדינה. דער כאראקטער פון די פרומע דארף ווערן אנדערש״. דאס אליין איז א זאך וואס דער ייד גיט אכט דערויף, ער וויל טאקע נישט ווערן ״איינס״ מיט די ״סעקולערע״ יידישע מדינה.
דער געזעץ צו צווינגען מענטשן צו זיין א סאלדאט און הרג׳ענען מענטשן, נעמט אוועק פונעם מענטש זיינע רעכט. אזא געזעץ געפינט מען נישט אין קיין סך דעמאקראטישע מדינות אבער אין דער אידישער מדינה — יא! דאס איז ווי מע וואלט ארויפגעצווונגען זאכן קעגן א מענטשנס רעליגיע, ווייל לויט די פרומע אידן איז דאס דינען אין א סעקולערער ארמיי דאך קעגן דער תורה. עס איז אויך קעגן די אינטערנאציאנאלע תקנות. אין דער יו–ען איז דא א געזעץ אז מען קען נישט צווינגען א מענטש צו ווערן א סאלדאט, קעגן זיין געוויסן און גלויבן.
יאיר לפיד, דער הויפט פון דער ״יש עתיד״ פארטיי, זאגט: מיר זענען איין פאלק, און מיר מוזען אריינעמען אויך די פרומע צו ״אונזער״ פאלק, דאס איז דורך דינען אין מיליטער.
ווען די אפזיציע פארטיי האט געברענגט פארן בג״צ [דאס ציוניסטישע הויפט געריכט] די טענה, אז די רעגירונג ברענגט נישט אריין גענוג בני ישיבה אין דער ארמיי, האט די נתניהוס רעגירונג געענטפערט: מיר ברענגען יא, נאר מיר טוען עס מיט חכמה, נישט מיט געוואלד. די רעגירונג צייגט אויף מיט קלארע סטאטיסטיק, אז די פרומע סאלדאטען ווערן יעדעס יאר אלץ מער אין מיליטער. אין די לעצטע פינף יאר מען אריין געברענגט צען טויזענט בני תורה אין צה״ל.
די רעגירונג האט ארויפגעשטעלט קוואטעס וויפיל פרומע בחורים און מיידלעך דארפן קומען אין מיליטער יעדעס יאר. די פרומע אליין מוזען אנפילן די קוואטעס. זיי שרייבן: מיר האבן הצלחה! עס גייט לויטן פלאן!, די קוואטעס פון יאר תשע״ז איז געווען פינף טויזענט זיבן הונדערט, וואס פון דעם דארפן גיין דריי טויזנט צוויי הונדערט אין מיליטער אליין, די איבעריגע דינען אין ״שירות לאומי״, נישט־מיליטערישער נאציאנאלער דינסט. לויט דעם פלאן דארף ביז צען יאר ארום זיין איבער פופציג טויזענט פרומע יידן אינעם מיליטער.
די רעגירונג בעט זיך ביים בג״ץ: מיר האבן געמאכט א חוק וואס דאס וועט ברענגען צום סוף וואס דער בג״ץ וויל! די חרדים וועלן אלע, אדער ס’רוב פון זיי, גיין אין מיליטער, זיי האבן געשטעלט יעדים–צילן, און די צילן ארבעטן, עס ארבעט טאקע נישט הונדערט פראצענט, אבער אכציג פראצענט יא. שרייבן זיי: אפילו פופציג פראצענט איז א גרויסע דערגרייכונג. אט דאס איז געשריבן ״שווארץ אויף ווייס״ פון די רעגירונג. פארוואס זאל איך עס נישט גלייבן?.
ווען א רעגירונג שטעלט א געזעץ אז ״יעדער״ דארף דינען אין מיליטער, וועלן פרומע יידן קיינמאל נישט מסכים זיין דערצו. מיר זענען בייגעקומען די רשעות׳דיגע רעגירונג פון עסטרייך - אונגארן, די רשעות׳דיגע רעגירונג פונעם ״רוסישן צאר״, מיר האבן נישט עובר געווען די תורה, ווען מען האט אונז מיט צוואנג געשלעפט אין מיליטער, מיר וועלן בעזרת השם בייקומען די סעקולער יידישע מדינה אויך, אזוי לאנג ווי זייער געזעץ איז קעגן די יידישע תורה.