מיר קלאגן כסדר אויפן בית המקדש, אויפן גלות, וועגן דעם שפלות פונעם איד. מיט דעם זענען אונזערע פיוטים און קינות פול. דער בית המקדש איז געווען פרעכטיג, דער כהן גדול מיט די כהנים האבן מכפר געווען, דאס האבן מיר פארלוירן, און וואספארא צרות זענען דעמאלס געשען.
ווער עס איז נישט קיין סאטמארער אדער סיי וואס פאר אן אויסגעשפראכענער אנטי ציוני וועט מודה זיין אז ירושלים, דער אידישער הויפט שטאט איז שוין נישט “מושפלת עד שאול תחתיה”, אויך דער איד איז היינט נישט מער מושפל ווי אין די צייטן פון די בתי מקדשות, נאר וואס דען, דער בית המקדש, ווי קען א אידיש הארץ זיין גאנץ ווען גאט’ס הויז דער פרעכטיגער בית המקדש איז נישטא, נישטא קיין כהן גדול מיט כהנים.
איך גיי נישט אריין אין דעם פארוואס עס איז נישטא היינט קיין בית המקדש מיט כהנים, פעלט עפעס שטיינער צו בויען א בית המקדש? הונדעטער בנינים ווערן וועכנטליך געבויט אין ארץ ישראל, נאר א בית המקדש קען מען נישט בויען? און א כהן גדול? פעלן דען כוהנים היינט? איז דען דער אמאליגער כהן געווען געמאכט פון אנדערע מאטריאל וואס מען קען נישט היינט באקומען?
נאר וואס דען, מען דארף וויסן דער גענויער פלאץ, דאס איז דער הר הבית, אזוי איז דא א באהאלטענער מסורה, געשישקעט פון איין דור צום צווייטן זינט די צייטן פון דוד המלך, דער איינעמער פון ירושלים, און אן קיין הואקוס ספאוקוס סופערמאן אן אייניקל פון דוד המלך טאר דער בית המקדש נישט זיין.
הכלל, איז נישטא קיין בית המקדש, קלאגט מען, מה נהדר היה המראה, ווי שיין איז דער בית המקדש געווען, ווי פארעהרט איז דער כהן גדול געווען.
נישט לאנג נאך די חורבן בית המקדש האבן אנגעהויבן אויסצושפראצן גיגאנטישע שילן, זיי האט מען א נאמען געגעבן מקדש מעט, א מיני בית המקדש, דער שיל אין אלכסנדריה של מצרים האט היפש איבערגעשטיגן די גרויס פונעם בית המקדש, פון דאן אן זענען שוין געבויט געווארן ריזיגע שילן איבער די וועלט וואס שטייגן איבער דעם בית המקדש סיי מיט גרויס סיי מיט פראכט, נאר וואס פעלט? דער כהן גדול מיט די כוהנים ביי די עבודת בית המקדש, זיי זענען מכפר אויפן פאלק, עס פעלט דער ארגינאל, דער ריכטיגער צענטער.
דערויף בין איך אביסל מסופק צו מען דארף קלאגן, דער עפעקט פון בית המקדש איז דא גענוג און נאך, אזא עליה לרגל וואס טוט זיך ביי די גרויסע רבי’ס אין זייערע בתי מקדשות קען זיך לכאורה פארמעסטן מיט די עליה לרגל בזמן הבית, זעהט נאר וואס עס טוט זיך אין בעלז אדער גור אין א שבועות. לאמיר כאפן א בליק אויף מירון, דאס איז שוין א כלל ישראל זאך, די מאסן מענטשן וואס זענען עולה רגל דא שטייגט מסתמה איבער די בעסטע צייטן פונעם בית המקדש, אפילו ר’ נחמן דער נייער אפגאט, אומאן איז פאר כלל ישראל מיט שווערע מאסן מענטשן, און ביידע זענען זיי מכפר פאר כלל ישראל נישט ווייניגער ווי דער כהן גדול. איך גלייב אז א מקדש איד וועט זיך נישט קענען אפווינדערן פון די מאסן מענטשן און גרינגע תשובות ביי ר נחמן, דער אמת איז אז נאכן זיין א שבועות אדער שמחת תורה ביים בעלזער רב גייט מען נישט ארויס ווייניגער איבעראשט און אנגעזעטיגט און מכופר ווי נאך א יום כיפור מיטן כהן, די באגלייטן דארף זיך אויך נישט שעמען פון די כהן גדול מוצאי יום כיפור, און וואס איז שלעכט מיט א קוויטל ביים רבין, צו וואס דארף מען כהנים מיט קרבנות
עס זענען אפילו דא פיוטים איבער די שיינקייט פון זייער רבינס הויף,
צו וואס וויינען איזהו מקומן של זבחים?
נאר וואס דען, דער בית המקדש איז פארט מן התורה, דאס עכטע, הער, עס איז צער השכונה, בית המקדש מיינט משיח, משיח וועט אויסלייזן אונז מיט גאט, פונעם שעיבוד מלכיות און זהמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.