Yiddish with an Aleph

ציוניזם: אידישקייט נאָך דער השׂכּלה

Zionism: Yiddishkeit After the Enlightenment

פֿון איזי פּאָזען

  • Print
  • Share Share
YEHUDA BLUM

אין די סאטמארער געמיינדע וואו איך בין אויפגעוואקסן איז נישט געווען עפעס ערגער פון ציוניזם. “עס איז שוין בעסער זיך צו שמד’ן” האט מען אונדז געלערנט, “איידער ווי צו גלייבן אינם ציוניסטישן אפגאט.” נאכמער, אנטי-ציוניזם איז געווען א טייל פון אונזער אידענטיטעט און האט פארנומען א חשוב’ן ארט אין אונזער טאג-טעגליכן לעבן.

אנטי-ציוניסטן זענען פאראן א סך און אפילו צווישן יידן איז דאס נישט אומגעהערט. די בונדיסטן האבן פיינט געהאט דאס ציוניזם אלס א נאציאנאליסטישע אידעאלאגיע און אנדערע פארשרייען איר פארן אנברענגען די פאלעסטינער קאטאסטראפע. אבער ביי אונז אין סאטמאר האט מען איר פארדאמט פאר גאר אן אנדערע סיבה.

ווי אונזערע דערציער האבן אונז דערקלערט, איז דאס חידוש פון ציוניזם אז מען קען זיין א איד אן היטן תורה און מצוות. אמאל, האבן זיי אונז געגעבן צו פארשטיין, האט דאס זיין א איד געמיינט דינען גאט און היטן זיין תורה; קומט צוגיין ציוניזם און זאגט, פון היינט אן קען מען זיין א איד אן דאס אלעס - בלויז דורכ’ן באלאנגען צו אן אידישן “פאלק”, דורכ’ן קעמפן פאר א לאנד און ביים רעדן א אידישע שפראך. דאס הייסט אז אנשטאט דאס אידישקייט צו זיין א “ממלכת כהנים וגוי קדוש (א קעניגרייך פון כהנים און אן אפגעשיידטע פאלק)”, וועט זי זיין א “ככל הגוים בית ישראל (א פאלק ווי אלע פעלקער)”.

איך האב מיך נארוואס אומגעקערט פון א לענגערע באזוך אין ישראל וואו איך האב זיך קענען געמאכט מיט איר רייכע סעקולארע, ווי אויך רעליגיעזע, קולטור. אינדערהיים אין לאנדאן איז פאראן א שפע פון קולטורישע אויסשפריכן, אבער אין ישראל איז די סעקולארע קולטור אויך אידיש! אין ישראל איז זיין א סאלדאט אידיש, אין ישראל איז דער וויסנשאפטליכער אידיש און אין ישראל איז אפילו דער פארברעכער אידיש. אידיש: וויבאלד אלע באלאנגען צו איין אידיש’ן פאלק, מיט א אידיש’ן קולטור, א אידישע היסטאריע און א אידיש’ן געוויסן.

אלס א ציוניסט האב איך נישט געטראפן א קלארערע אנערקענונג אויפ’ן פארנעם פון דער ציוניסטישער רעוואלוציע אויפ’ן אידיש’ן געדאנקען-גאנג, ווי דאס וואס איך האב געלערנט אין סאטמאר. דאס רעליגיעזע אנטי-ציוניזם האט אלע רעכט בייז צו זיין אויפ’ן ציוניזם וויבאלד זי איז גערעכט אז ציוניזם האט פאר’הרג’ט דאס רעליגיעזע מאנאפאל אופ’ן אידישקייט. נאר א דאנק דאס ציוניזם קען איך - א סעקולארע אטעאיסט - זיך פארשטעלן אלס א איד און באמת גלייבן דערין.

ציוניזם האט אבער אויך געראטעוועט דאס אידישקייט. פונקט ווי מיר היינט, האבן צענדליגע טויזענטער אידן אין אייראפע אינ’ם לעצטן צוויי יאר-הונדערט פארלאזט די רעליגיע אין די מאסן. די רעליגיע געבויעט אויף הלכה וואס דאס אידישע פאלק האט באשאפן זייענדיג פארשפארט אין די געטאס אן קיין צוטריט צו וועלטליכע וויסנשאפט און לעבן, איז שוין נישט וויכטיג געווען פאר’ן מאדערנעם, אויפגעקלערט’ן איד. די השכלה האט געמוטיקט אידן זיך צו מאדערנאזירן אבער האט נישט צוגעשטעלט קיין שום אידישן אלטערנאטיוו. ‘זיי א איד אין שטוב און א דייטש אין גאס’, האט זי פראקלאמירט, אבער וואס איז מיט’ן אידיש’ן אויסדרוק אין גאס, אדער דעם סעקולארן לעבנ’ס-שטייגער אין שטוב?

פאר’ן ציוניזם האט דער איד געהאט צוויי אויסוואלן: אדער זיין א איד און רעלעגיעז, אדער האט זי געקענט זיין סעקולאר און א נישט־איד. צו זיין ביידע אינאיינעם - א סעקולארער איד - איז נישט געהערט געווארן. דאס ציוניזם האט באשאפן, אדער ווידער-באשאפן, א אידיש’ן אידענטיטעט וואס איז נישט באזירט אויף רעליגיע אדער סיי וואס פארא ספעציפישע אידעאלאגיע. א איד איז נישט איינער וואס היט די תורה, נישט איינער וואס דינט גאט, נישט אפילו איינער וואס איז א רעוואלוציאנערישע סאציאליסט! א איד איז איינער וואס באלאנגט צום אידיש’ן פאלק - דאס פאלק וואס פלעגט עקזיסטירן פאר’ן גלות און דאס פאלק וואס גייט אט-אט עקזיסטירן נאכאמאל אין איר געבארטסלאנד.

די השכלה האבן מיר צו פארדאנקען פאר אונזער מאדערנקייט און רעליגיעזע פרייהייט, אבער דאס ציוניזם קומט א דאנק אונזער אידישקייט וואס איז נישט אין קאנטראסט מיט אונזער מאדערנקייט און סעקולאריטעט. דאס רעאליטעט אז היינט צוטאג’ס האלט דאס מערהייט אידן אז מען קען זיין א גוטע איד אן היטן שבת און כשרות ווען קוים צוויי הונדערט יאר צוריק האט מען נישט געקענט זיין א איד אן באלאנגען צו א רעליגיעזע געמיינדע, איז מערסטנס צו באדאנקען דאס ציוניזם און די געדאנק פון נישט-רעליגיעזע אידישע אידענטיטעט וואס זי האט פובליצירט.

עס איז דערפאר נישט קיין וואונדער אז דאס מערהייט ארטאדאקסישע רבנים - אפילו דער “מאדערנער” רב הירש אין פראנקפורט - האבן פארדאמט דאס ציוניזם און האבן איר אנגעקוקט ווי א המשך פון דער השכלה.

אויף א פערזענליכן פארנעם, עס איז די דאזיגע אידעאלאגיע פון סעקולארע אידישקייט וואס האט מיר דערלויבט צו בלייבן א טייל פון אידישן פאלק וואס איך האב אזוי ליב, אפילו נאכ’ן טועם זיין פון די זיסע וואסערן וואס השכלה, מאדערנקייט און ראציאנאליזם האבן פארצושלאגן. השכלה האט באפרייט מיין אינטעלעקט און ציוניזם האט געראטעוועט מיין אידישקייט.