יפֿתּח הגלילי


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

לאָמיר נישט אויסשליסן די שוואַכערע ישיבֿה־תּלמידים

פֿון יפֿתּח הגלילי

לאָמיר נישט אויסשליסן די שוואַכערע ישיבֿה־תּלמידים
איך האב שוין א פאר מאל געהערט ווי היימישע אידן דריקן אויס זארג איבער דער “פוטסטעפס” ארגאניזאציע וואס העלפט ארויס בחורים און יונגעלייט וועלכע ווילן איבערלאזן די פרומע וועלט. איך אליין האב אויך אמאל געציטערט אז “פוסטסטעפס” איז בכח צו מאכן א חורבן אין דער פרומער וועלט, און איך האב געהאפט אז ס’וועט זיך גרינדן א פאראלעלע ארגאניזאציע קעגן פוטסטעפעס, וועלכע זאל העלפן היימישע בחורים און יונגעלייט צו טרעפן א וועג צו דער גרויסער וועלט, אן דעם וואס זיי זאלן פארלאזן אידישקייט, אויפ’ן שטייגער פון “תורה און דרך ארץ”. (איך האב אמאל אפילו פרובירט צו טון עפעס למעשה אין דער ריכטונג.)Read More


תּשעה־באָבֿ: אַ טאָג פֿון רעליגיעזער בענקשאַפֿט

פֿון יפתח הגלילי

 תּשעה־באָבֿ: אַ טאָג פֿון רעליגיעזער בענקשאַפֿט
תשעה באב. ס’פאלט צו די נאכט אויף דער אמעריקאנער ערד. איך טו מיר אן די תשעה-באב שיך און לאז זיך ארויס פון שטוב. איך האב געטראכט פון די קינות וואס איך וועל דארפן זאגן אין א חסידישן שולכל, פון די אידן וואס וועלן אפקרעכצן ביים זאגן איכה, און ס’איז מיר דורך א סקרוך אין די ביינער. איך האב עפעס נישט געפילט ווי איך בין א טייל פון דעם… איך האב זיך קוים געקענט דערווארטן אז דער תשעה באב זאל שוין דורכגיין. דא האט מיך גענומען ציפן א שולד-געפיל הייתכן אז איך פיל אזוי. וואס קומט פאר מיט מיין נשמה אז אנשטאט טרויערן אין שול מיט אלע אידן ווילט זיך מיר נאר הייבן פיס און אנטלויפן?Read More