מיט פופציג יאר צוריק איז די אלט-שטאט ירושלים געווארן באפרייט און פון דעמאלט האט זיך געעפנט א ניי בלעטל אין דער געשיכטע פון מדינת ישראל. בשעת ארץ ישראל איז געווארן ארומגענומען מיט אן עקסטאזע, נאכדעם וואס ירושלים איז צוריק אריין אין אידישע הענט צום ערשטן מאל נאך צוויי טויזנט יאר, און א רעליגיעזע התלהבות האט ארומגעכאפט די ארץ-ישראל’דיגע באפעלקערונג, האט מען אין סאטמאר געזען אין דעם א פרישער נסיון פון ציונות קעגן וועלכן מ’דארף זיך ספראווען. אין ארץ ישראל האט מען געטאנצט אין די גאסן, אבער דער סאטאמארער רב האט דאס נישט ליב געהאט.
א סאטמארער איד האט מיר דערציילט אז ער איז געווען א קליין קינד אין דער צייט פון דער זעקס-טאג מלחמה. זיינע ברידער וועלכע זענען געווען עלטער פון אים האבן אים אויפגעוועקט פון שלאף מיט דער אומגלויבליכער בשורה: “דער כותל איז אין אידישע הענט!” די שמחה איז געווען אזוי גרויס אז אפילו אין סאטמאר האבן נישט אלע געכאפט אז דאס איז א נסיון פאר דער סאטמארער השקפה. א געוויסער רב האט געזאגט פאר’ן סאטמארער רב: “ס’איז אזעלכע נסיונות ווי אין די צייטן פון שבתי צבי”, אבער דער סאטמארער רב זאל האבן רעאגירט: “וואספארא נארישקייטן! אין דער צייט פון שבתי צבי זענען די נסיונות געווען פיל גרעסער ווייל מ’האט געזען זאכן חוץ לדרך הטבע, אבער ביי די ציוניסטישע נצחונות איז דאך אלץ א דרך הטבע…”
איך בין חלילה נישט מזלזל אינעם כבוד פונעם סאטמארער רב, נאר מיר דאכט זיך אז דער זאץ שפיגלט אפ אמבעסטן דעם ריס צווישן דער סאטמארער און דער ציוניסטישער השקפה. שבתי צבי, דער פאלשער משיח, איז געווען א פסיכאטרישע פיגור, וועלכער האט געקרענקט נאך גרויסקייט. ער האט נישט געקענט אויספירן עפעס ממשות’דיג פאר’ן פאלק אויסער זיך אליין דערקלערן ווי א מקובל וואס פליט אין די הימלען און זיך באטראכטן ווי משיח אויף דעם סמך. לויט די קריטעריעס וואס דער רמב”ם שטעלט אראפ פאר משיח וואלט שבתי צבי נישט געווען קיין נסיון פאר כלל ישראל, וויבאלד ער האט נישט גענומען אין דער האנט קיין ביקס צו העלפן אידן. דער רמב”ם זאגט דאך אז משיח דארף צו אלעם ערשטן זיין א פעאיגער מלחמה-פירער.
די לאגיק פונעם רמב”ם איז פשוט: כדי צו זיין א שוסטער דארף מען קענען פארריכטן שיך. נישט אנדערש איז די גאולה פון אידן. כאטש משיח מוז זיין א הייליגער מענטש, מוז ער אויך קענען פארריכטן דאס פאלק. מיטן פליען אין הימל וועלן די שיך נישט פארראכטן ווערן… אינעם רמב”ם ליגט שוין א געוויסע פארשטאנד איבער דער אידישער גאולה וואס וואלט נישט געקענט לאזן קיין ספק וועגן שבתי צבי. כל זמן ער צייגט נישט איבער אז ער איז פעאיג צו קעמפן אין מלחמה פאר’ן פאלק איז נישטא פון וואס צו רעדן. מיר מוזן אבער געדענקען אז ביי די אידן וואס האבן איבערגעלעבט די פאגראמען פון ת”ח ות”ט האבן די קריטעריעס פונעם רמב”ם נישט געקענט קומען אויפ’ן זינען. אידן אין אייראפע זענען דעמאלט געשטאנען ביי גאר א מאכטלאזן פונקט, און מ’האט נישט געקענט חלומ’ען וועגן פארריכטן דאס פאלק מיט א ביקס אין דער האנט.
א פיגור ווי שבתי צבי איז געווען זייער גרעסטער נסיון. מיר קענען זיך פארשטעלן אז ביי שבתי צבי זענען די “חוץ לדרך הטבע’דיגע” נסים אריבערגעגאנגען פון מויל צו אויער, קיינער האט זיי מיט די אויגן נישט געזען, ווייל מיר ווייסן דאך אז ער האט נישט אויסגעפירט קיין זאך לטובת כלל ישראל. וואלט שבתי צבי כאטש איינגענומען א דערפל אין ארץ ישראל, וואלט ער כאטש מצליח געווען צו ארגאניזירן א מיליטער ווי בר כוכבא האט געטון, אדער גענוצט דיפלאמאטישע מיטלען צו העלפן אידן, וואלט שייך געווען צו דעבאטירן. למעשה אבער זענען זיינע מופתים באשטאנען פון לופט זאכן, וועלכע לאזן זיך בכלל נישט דעבאטירן פונעם רמב”מ’ס קוקווינקל, אבער די שמועות האבן געדינט ווי א טרייסט פאר’ן פאלק.
ציוניזם האט געברענגט אידן צו א גאנץ פארקערטן ווענדפונקט. מיטאמאל זענען אויפגעשטאנען אידן און באוויזן אז זיי קענען פארריכטן די שיך פונעם פאלק. ציוניזם רופט אויס אין די ווערטער פון הרב שלמה אלקבץ: “שטיי אויף מיין פאלק פון דער ערד, טרייסל אפ די שטויב, און טו אן דיינע פרעכטיגע קליידער!….”
ציוניזם האט נישט געהאט בדעה צו ברענגען די אחרית הימים, די גאולה שלימה, ווי שבתי צבי האט געקלערט צו ברענגען דורך מיסטישע אופנים, נאר ס’האט פשוט געוואלט ברענגען אן ענדע צו די אידישע ליידן און זיי פאראייניגן מיט ארץ ישראל און ירושלים. צי מ’זאל דאס באטראכטן ווי אן אתחלתא דגאולה אדער נישט איז א באזונדערע פראגע, אבער די אונטערשטע שורה איז דאס אז ציוניזם האט נישט גערעדט גרויס, נאר געטון גרויסע זאכן…
פאר אזעלכע אידן וואס זעען שבתי צבי ווי א נסיון אין אמונה, איז ציוניזם נישט קיין נסיון, אבער פאר’ן ציוניסט קען שבתי צבי נישט זיין קיין נסיון. דאס זענען צוויי אנדערע פערספעקטיוון. דער סאטמארער רב ז”ל האט געזען אין שבתי צבי דער גרעסטער נסיון אין דער אידישער היסטאריע, דוקא “וויבאלד ער האט גארנישט געטון”, און מ’האט דערפאר געקענט גלייבן אז ער באנוצט זיך מיט א ספיריטועלן אקטיוויזם כדי צו דערגרייכן די גאולה. דער פאליטישער אקטיוויזם פונעם ציוניזם האט גארנישט געקענט קומען אויפ’ן געדאנק דעמאלט, און שבתי צבי וואלט נישט געטויגט צו דעם. ס’קען זיין אז ער האט געהאט גוטע רצונות, ס’איז שווער צו משפט’ן א מענטש מיט אפאר הונדערט יאר שפעטער, אבער די קוואליפיקאציעס צו ברענגען אן ענדע צו די אידישע ליידן האט ער נישט געהאט.
יעצט אויב משיח דארף קענען פארריכטן שיך, וויאזוי זאל מען זיך באציען צו שיך וואס זענען פאקטיש פארראכטן געווארן? היות משיח איז נישט געקומען האלט מען נאכנישט ביי דער גאולה שלימה, די אחרית הימים איז נאכנישט אנגעקומען, אבער וויאזוי זאלן אידן פארט פילן ביים שליסן א צוויי-טויזנט יאריגן ציקל, ביים אריינטרעטן ווידעראמאל אין די טויערן פון ירושלים אלס די הערשער פון דער שטאט? וויאזוי זאלן פילן די קינדער וואס קערן זיך אום צו דער מאמען נאך אזא לאנגען אפשייד? דערמאנענדיג זיך אין דער שבועה וואס אידן האבן געטראגן טויזנטער יארן צו געדענקען ירושלים, וויאזוי זאל מען נישט פילן די האנט פון גאט אין די אויפגעריכטע גאסן פון ירושלים? וואלט נישט געווען א בושה צו דערמאנען דעם נאמען פון שבתי צבי קעגן אט דער קאלאסאלער אומגלויבליכער דערגרייכונג?
ס’איז מיר געווען א חידוש ווען איך האב געהערט וויאזוי דער סאטמארער רב האט אפגעווארפן דעם פארגלייך פון ציונות צו שבתאות, אבער דוקא אין א פארקערטן אופן ווי מיר וואלטן זיך פארגעשטעלט. דערזעענדיג ווי אידן האבן באקומען א מאכט וואס זיי האבן טויזנטער יארן נישט געהאט, אין א צייט ווען אידישע פאראשוטיסטן האבן אריינמארשירט אין דער אור-אלטער שטאט און מיט טרערן אין די אויגן באנעצט די הייליגע שטיינער פונעם כותל, האט דער סאטמארער רב נישט פארשטאנען וויאזוי מ’קען זען אין דעם א נס, אבער דוקא ביי שבתי צבי יא?! ווען מ’זעט ירושלים אין אידישע הענט דארף עס ניטאמאל זיין א נסיון, אבער א מיסטישער משיח וואס האט גארנישט אויפגעטון איז דער גרעסטער נסיון אין דער היסטאריע?!
ס’איז טאקע א חידוש, אבער נאר ביז מיר באמערקן אז דוקא דער חידוש קלארט אויס דאס בילד. אויב מיר פילן ווי ציוניזם נעמט איין אונזער נשמה, מיט א נסיון צי אָן א נסיון, איז א סברא אז מיר האבן לכתחילה אן אנדער פערספעקטיוו איבער דעם היסטארישן געשעעניש. וואס איז פאר איינעם א נסיון, מוז נישט זיין א נסיון פאר א צווייטן. נאר אויב מיר האבן שוין אן אנדער פערספעקטיוו, ווייל מיר זעען ערגעצוואו די מעגליכקייט פון א הימלישער האנט אין דער פאליטישער היסטאריע פון אונזער צייט, קען שוין דער ציוניזם אויך זיין א לעגיטימע זאך. ס’מוז נישט זיין קיין נסיון פונעם שטן, נאר מיר קענען קוקן אין פנים דעם נס צו וועלכן מיר זענען עדות, אז דוקא מיר, פון אלע צענדליגער דורות, האבן זוכה געווען צו זען די פארקערפערונג פון שיבת ציון.
איך בין חלילה נישט מזלזל אין דער גרויסקייט פונעם סאטמארער רב, אבער צווישן די פיר ווענט מוז איך מודה זיין אז שבתי צבי קומט מיר פאר ווי אן אומפארשטענדליכער נסיון. און טאקע, אפשר דערפאר קען איך קוים צו זיך קומען פון דעם אומגלויבליכן געשעעניש צו וועלכן מיר זענען אן עדות: די פאראייניגונג פונעם אידישן פאלק מיט דער שטאט ירושלים, מיט די בערג פון יהודה און שומרון, די שטיינער און זאמדן אויף וועלכע אונזערע אבות האבן געטראטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.