ס׳איז דא א באשטימטע ברכה וואס מ׳מאכט ווען מ’זעט די בלימעלעך וועלכע שפראצן ארויס אויף די ביימער וואס וועלן אט אט אנהייבן ארויסגעבן פרוכט. איז אבער נישטא אפשר א ברכה וואס מ’זאל מאכן ווען מ’זעט וואו די מענטשן פראלן אויף די טירן פון זייערע הייזער און ווארפן זיך אריין אין די ארעמס פונעם פרילינג?
דאס איז א פראגע וואס איז מיר אויפגעקומען לעצטנס שטייענדיג אויף א גאס אין מאנהעטן, ווערנדיג געגלעט פונעם אנגענעמען פרילינג וועטער, און איך האב די ווייטערדיגע שורות אפגעשריבן טאקע אויף דער מאנהעטענ’ער גאס.
דער עפעקט וואס א שפאציר אויף מעדיסאן עוועניו קען האבן, איז דאס זעלבע ווי א שפאציר אויף א ברעג ים. דער מענטש איז קליין קעגן די בנינים ארום, דאס הייסט ער איז קליין קעגן זיין אייגענעם גייסט וועלכע דערהייבט זיך צום הימל. הערליכע און גיגאנטישע בנינים נעמען דיך ארום און פארכאפן דיך. רייכע און עלעגאנטע, אין אינטערעסאנטע סטרוקטורן און פארשידנארטיגע ארכיטעקטור, קוקן זיי אראפ צו דיר פון הימל — א הימל וואס דער מענטש האט אליין געבויט, מיט זיינע צוויי הענט.
די גאסן פליסן מיט מענטשן, ווי דער קוואל פליסט מיט וואסער. און קאלירן פון מענטשן זעט מען אלע מינים. ריחות קומען א מינוט צו לויפן פון א דערנעבנדיגער בעקעריי, אין אן אנדער מינוט פון א פארבייגייענדיקער פארפומירטער פרוי. די גאס ווארפט מיט קאלירן און גלאנץ, קלאנגען פון אויטאס, שפראכן און מוזיק. בליטשנדיקע לעמפלעך זענען פארלאשן אינמיטן טאג, אבער זייערע בירנעס רייצן זיך ווייטער מיט די דורכגייער, צו שעצן די דערגרייכונגען פון מאדערניטעט.
איך שטעל זיך אין א זייט, איך פארמאך די אויגן אויף א רגע, און כ׳צי אריין דעם ארומיגן אטעם. איך בין שטיל, כדי אויפצוכאפן דעם הארמאנישן קלאנג פונעם ארומיגן הו־הא, און ס׳דאכט מיר אויס ווי די גאס וואלט געזונגען א וויגליד. אלץ יאגט זיך מיט א כמעט ריטמישער שנעלקייט, ווי די ריטמען פונעם הארצקלאפן, מיט דער רעגלמעסיגקייט פון נאטור. די ווינטלעך ברענגען מיט זיך גרוסן פון די וואלקנס וועלכע שפאצירן צווישן מענטשליכע געביידעס, און אינמיטן דערונען יאגן זיך ביזנעסלייט מיט די פארצויגענע פנימ׳ער, און מאדאמקעס מיט קלאפעדיגע שיך.
פון דער זייט גייט א מיידל אויסגעפוצט און רעדט הויך אויפ׳ן טעלעפאן אין א בא׳טעמ׳ט־מאכערישן טאן אויף א געשפיצטן ענגליש. באלד דערויף גייט פארביי א מאמע און זינגט צו איר קינד אינעם וועגעלע. אט גייט א טאטע מיט צוויי טעכטער וועלכע צעלאכן זיך אויף א פרעמדער שפראך און ס׳הערט זיך א שטארקער „ררר” אינעם אקצענט. אן עלטערער מענטש איז ערשט פארביי, איינגעבויגן אויף א שטעקן, און אונזערע בליקן האבן זיך באגעגנט. א בליק פול מיט באדייט, נאר איך בין נישט זיכער צי ס׳דריקט אויס רחמנות אויף דער מענטשהייט אדער גלאט אזוי פארשטענדעניש און ערנסטקייט.
איך הייב אן שפאצירן און פרוביר צו דערגיין דעם אינהאלט פון די דופטן וועלכע טוישן זיך פון רגע צו רגע. דער שארפער גערוך פון קאווע וועלכע יאגט זיך נאך מיר במשך א האלבער גאס איז אודאי פונעם „סטארבאקס‟, און דער ריח פון געבראטענעם פלייש קומט פון א קיאסק קעגנאיבער דער גאס. א קאמערציעלער גערוך פון געקינצלטע זייפן שטויסט ארויס פון א רחבות׳דיגן אפטייק וואס זעט אויס מער סופערמארקעט ווי אפטייק. און אז איך דערפיל פלוצלונג דעם רויך פון אן אויטא, דערזע איך ווי עס פארט לאנגזאם א רויטליכער צוויי־שטאקיגער אויטאבוס, מיט א גרופע רואיגע טוריסטן וועלכע קוקן ארויס פונעם דעק אויפ׳ן צווייטן שטאק.
עפעס ווילט זיך זאגן שיר השירים אויף דער סאמע גאס, נאר ס׳פאסט נישט. דאך זע ווי שיין, א פארל גייט פארביי און דער טאטע האלט א קינד אויף די פלייצעס, פירנדיג א „צוויי־שטאקיגן שמועס” מיטן קינד. דאס קינד פרעגט אים שטופעריש א שאלה און זיי זעען ביידע אויס צופרידן. באלד צעפייפט זיך אן אויטא, ווי א טרומפייטער אויף א חתונה. דאס פרייד פון לעבן, די שמחה פון עקזיסטענץ, איז פארקערפערט אין די גאסן און אין אלץ וואס איך זע. אלץ איינס צי איך מאך א ברכה, צי איך זאג שיר השירים אדער נישט, ווען די גאסן גופא זינגען ברכי נפשי…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.