איך האב מיט אפאר וואכן צוריק געשריבן אן ארטיקל (אונטערן קעפל „איך האב א חלום”) וואס האט אויסגעדריקט דעם ווינטש צו זען אן אפנקייט אין דער חרדישער וועלט צו פיינער קונסט, ליטעראטור, פאעזיע, און נאך אנדערע וועלטליכע אוצרות.
ווי א רעאקציע צו דעם האט הרב יואל אשר לאבין צוגעשיקט אן אייגענעם ארטיקל צום „אידיש מיט אן אלף” (אונטערן קעפל „גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד”), שרייבנדיג אז ער איז קעגן אזא חלום.
„איר זעט חסרונות?” זאגט הרב לאבין, „נו, לאמיר פארריכטן! גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד, און זײַט נישט אזוי שנעל מבטל אייער אייגענעם עבר. ווארפט נישט אוועק דעם וואונדערליכן עם הנבחר, צוליב חסרונות אין א געוויסער געמיינדע…” הרב לאבין שרייבט ווייטער: „וואס איז אייער אנדערע לייזונג? איבערלאזן אלעס? און גיין וואוהין? צי קלערט איר טאקע אז דער ענטפער אינדרויסן איז אזויפיל בעסער ווי אייער נוסח?”
ליינענדיג די ווארעמע ווערטער פון הרב לאבין בין איך געווען אינגאנצן איינשטימיג מיט דעם סענטימענט פונעם שרייבער. איך טייל מיט אים דאס פאזיטיווע געפיל צו אידישקייט, צו אונזער ליבער מסורה, און אלץ וואס איז הייליג און טייער ביי אונזער פאלק. איך מיין אז ס׳זענען דא גענוג ארטיקלען וואס איך האב פובליצירט אינעם „אידיש מיט אן אלף” גופא וואס קענען דאס איבערווייזן. ס’וואלט מיר געווען א בושה ווען איך זאל זיך דארפן פארטיידיגן אויף אזא באשולדיגונג.
איך האב פרובירט צו זען וואו מ׳וואלט געקענט האבן אזא טעות אין מיינע ווערטער, אבער איך האב עס נישט געקענט געפינען. דאך, אויב איך פארשטיי ריכטיג די ווערטער פון הרב לאבין, קומט עס ביי אים אויס אז ס׳איז נישט מעגליך צו שעצן די וועלטליכע שיינקייט און פארבלייבן געטריי צו דער תורה. אויב זאל מען נאר באקומען א געשמאק אין דער אלגעמיינער קונסט און ליטעראטור מוז דאס שוין דערפירן צו פאר׳מיאוס׳ן אידישקייט. היות אז ס’איז נישט אינגאנצן קלאר וואס זיין כוונה איז געווען, וועל איך דערווייל מוזן אננעמען אז דאס איז געווען די כוונה, און מיט דער הנחה וועל איך אפשרייבן מיין ענטפער.
ס׳איז פאראן נאך עפעס אין זיינע ווערטער וואס פאדערן אן ענטפער פון מיין זייט. ס׳זעט אויס אז הרב לאבין האט געקלערט אז מיין „חלום” פאר דער חרדישער געזעלשאפט איז געצילט צו דינען ווי א „לייזונג” פאר די פראבלעמען מיט וועלכע די יוגנט פלאגט זיך. דאס הייסט, כדי אויפצולעבן די עצמות היבשות (די טרוקענע ביינער) צווישן די בחורים און יונגעלייט וואס זענען אויסגעטריקנט פון אידישקייט, האב איך פארגעשלאגן אז מ׳זאל זיי געבן צו ליינען אביסל דאסטאיעווסקי און שייקספיר, און אזוי וועט ביי זיך דערוועקן די נשמה. הרב לאבין זעט אין אזא „לייזונג” א חורבן. דא וואלט איך זייער גוט פארשטאנען הרב לאבינ’ס פראגע: „צי קלערט איר טאקע אז דער ענטפער אינדרויסן איז אזויפיל בעסער?…”
אפגעזען וואס גענוי ס’איז די כוונה פון הרב לאבין, וועל איך זיך באציען צו די צוויי דערמאנטע נקודות. קודם כל איז קלאר אז איך וואלט קיינמאל נישט פארגעלייגט צו ניצן ליטעראטור פון דאסטאיעווסקי אדער פיעסעס פון שייקספיר ווי א „לייזונג” צו דעם קריזיס אין רוחניות מיט וואס די יוגנט פלאגט זיך, און איך וואלט עס אודאי נישט פארגעלייגט ווי אן „ערזאץ” צו אידישקייט. איך האב קיינמאל נישט געקלערט אז אינדרויסן איז „בעסער” ווי די ספרים שאפע וואס מיר האבן אינדערהיים, און אודאי האב איך נישט געוואלט „אוועקגיסן דאס קינד מיטן וואסער…”
נישט די „שוואכע” אידן וואלט מען געדארפט היילן מיט דאסטאיעווסקי׳ן, נאר דוקא די „שטארקע”. דוקא יענע וואס זענען אנגעפולט מיט ידיעות אין גמרא און הלכה, אפילו אויב זיי זענען נישט קיין רבנים, וואלטן געקענט צולייגן א סך צו זייער רוחניות׳דיגן באגאזש ווען זיי וואלטן אמאל ריכטיג אפגעשאצט די מוזיקאלישע קלאנגען און ליטערארישע חכמות מיט וואס די מענטשהייט איז געבענטשט. איך פארשטיי אז ס׳זענען דא אידן וואס פילן א סתירה אין דעם צו אידישקייט, אבער גענוי דאס איז מיין וואונטש — אז מיר זאלן אויפהערן צו פילן אזוי. ס׳וועט נישט זיין קיין סתירה צו אידישקייט נאר אזוי לאנג ווי מיר וועלן קלערן אז ס׳איז א סתירה. אין דער מינוט וואס מיר וועלן באשליסן אז די וועלט איז ברייטער פון אונזערע ד׳ אמות, וועט זי ווירקליך ברייטער ווערן.
איך האב נישט פארגעלייגט קיין פארמולע וויאזוי דאס צו דערגרייכן, ווייל מיין ארטיקל האט זיך באמת באצויגן צו אן אוטאפישן חלום, אז אונזער היימישע געזעלשאפט ווי א קאלעקטיוו זאל אנהייבן זען אן אנדער בילד אין דער וועלט ארום אונז. איך האב נישט פארגעשלאגן אז מ׳זאל פארטיילן עקזעמפלארן פון וועלטליכער פאעזיע אין די בתי מדרשים, נאר איך האב זיך איינפאך דערלויבט צו פארמאכן די אויגן און חלומ׳ען וועגן א צייט ווען אונזערע גרעסטע תלמידי חכמים וועלן האלטן אין זייערע ספרים שאפעס די גרעסטע מחברים פון דער וועלטליכער ליטעראטור — זייט ביי זייט מיט דער גמרא (כאטש ס׳איז פארשטענדליך אז א קליינער שילד וועט דארפן זיין אינצווישן מיט אן אויפשריפט פון „להבדיל”). איך בין מסכים אז ס׳איז א קאמפליצירט בילד, אבער דאס איז בלויז וויבאלד מיר זענען נישט געוואוינט צו אזא בילד.
פארוואס זאלן מיר נישט טארן חלומ׳ען אז אונזער געזעלשאפט ווערט פארוואנדלט אין די פיגורן פונעם רמב״ם, כוזרי, רמח״ל, מהר״ל – וועלכע הרב לאבין שלאגט פאר צו לערנען מיט אונזערע בחורים און יונגעלייט? וואלטן דען די תורה׳דיגע ריזן אמאל אנגעקומען צו זייער הויכן סטאטוס אין דער אידישער געשיכטע ווען זיי וואלטן נישט געווען באקאנט מיט די חכמות פון דער וועלט? די גרעסטע מתנות פאר אונזער ספרים־שאפע האבן טאקע איבערגעלאזט יענע וואס האבן געגלייבט אז די פעלקער פון דער וועלט האבן אויך עפעס צו פארקויפן. דאס הייסט אז די אידישקייט גופא באקומט א טיפערער בליק, מער ארומנעמיג, ווען זי איז נישט גענצליך איזאלירט פון דער ארומיגער וועלט.
הרב לאבין האט זיכער נישט געזען אין מיינע ווערטער אפילו א רמז פון שעצונג צו אפיקורסישע שריפטן, אדער א זלזול צו אידישקייט. בסך הכל האף איך אז מיר וועלן באמערקן אז די וועלט איז ברייטער פון אונזערע ד׳ אמות און מיר וועלן אויסזוכן דאס גוטע און דאס שיינע פון דער גרויסער וועלט, נישט דאס שלעכטע. זייט די וועלט שטייט איז נאכנישט געווען א ציוויליזאציע וואס האט געהאט אזא ברייטע השפעה אויף אלע פעלקער ווי די מערב ציוויליזאציע, און ס׳איז כדאי צו כאפן א בליק אויף איר כאראקטער: דער מערב איז נישט פארנומען בלויז מיטן איבערלעבן פונעם היינט אויפ׳ן מארגן, נאר אויך מיטן שאפן ווערק פאר׳ן צוועק פון קונסט. דער מערב איז געווען דער ערשטער צו אנערקענען די חשיבות פונעם מענטש אינעם קאנטעקסט פון שיינקייט און קונסט.
די פראגע איז, צי שאדט דאס פאר איין פאלק צו באקענען די נשמה פון אן אנדער פאלק? וועט דאס שאטן פאר א איד וואס האט ליב צו לערנען גמרא מיט רש״י און תוספות הנאה צו האבן פון דער קולטור פון דער מערב וועלט? פון דער אנדערער זייט דארף מען פרעגן, איז נישטא עפעס אין דער מערב ציוויליזאציע וואס דערהייבט זי אזוי הויך ביז ס’זאל מחייב זיין יעדן מענטש צו באקענען אירע יסודות? מ׳קען דעבאטירן די אלע פראגעס, אבער על פי רוב וועלן די ענטפערס האבן א שייכות מיט אונזער אידענטיטעט ווי חרדים, אדער מיט אונזער פערזענליכער דערפארונג.
צום סוף פונעם שמועס דערמאנט זיך מיר א פסוק אין דער תורה: „יפת אלקים ליפת וישכון באהלי שם” (דער אויבערשטער האט ברייט געמאכט/שיין געמאכט פאר יפת; ער וועט רוען אין די געצעלטן פון שם). יפת האט דערקענט דעם סוד פון מענטשליכער שיינקייט, און ס’וועט קומען א טאג ווען ער וועט רוען אין די בתי מדרשות, אין די געצעלטן פון שם. ס׳וועט קומען א טאג ווען דער חסידישער רב וועט זיך אוועקזעצן נאך א שווערן טאג פון פסק’ענען שאלות און ער וועט אנצינדן בעטאווענ׳ס זיבעטע סימפאניע, אדער דאס רוסישע „זיי געזונט סלאוויאנקא”, און ער וועט אויפהייבן די הענט צום הימל און אויסרופן: „ברוך שככה לו בעולמו”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.