ווען כביכול האט ארויסגעזאגט פון מויל אז כלל ישראל וועט האבן די ברירה צו ברענגען די גאולה, איז מיטאמאל געווארן א רעש אין הימל. דער מלאך מיכאל האט זיך געריבן די אויגן, דער מלאך גבריאל האט ארויסגעלאזט א קוויטש, און די פיסלעך פונעם כיסא הכבוד האבן גענומען טרייסלען. „ס’טייטש?‟ האבן זיך די מלאכים איבערגעבליקט, „דער קץ איז נאנט?…‟ טרערן האבן גערונען פון די אויגן, די שרפי מעלה האבן זיך געווארפן איינער דעם אנדערן אויפ’ן האלדז און זיך ארומגעכאפט. די פמליא של מעלה האט גענומען זינגען שירה, אזוי ווי די וועלט האט קיינמאל פריער נישט געהערט.
„ס’איז נאכנישט דער קץ!‟ האט כביכול געזאגט. די שירה פון די מלאכים האט זיך אפגעשטעלט אויף א ווייל, און כביכול האט אויסגעצויגן זיינע לעצטע ווערטער, ווי ער וואלט געציילט יעדן אות. „משיח קומט נאכנישט, אבער מיינע קינדער וועלן האבן די ברירה צו קומען.‟
„וואס הייסט?‟ האט דער של עסטרייך נישט פארשטאנען. „איז דען נישט פאראן דריי שבועות וואס דו האסט באשוואוירן די אידן אז זיי זאלן נישט נעמען א גאולה פאר דער צייט וואס איז באשטימט פאר משיח’ן?‟
„דארפן זיי נישט ווארטן ביז ס’וועט אנקומען די גרויסע אחרית הימים?‟ האט געפרעגט אן אנדער מלאך.
„דו לאזסט זיי נישט! דו לאזסט נישט!‟ האט דער שר של עסטרייך זיך ווידער צעשריגן. „די אידן טארן אויף דעם נישט עובר זיין.‟
א טומל איז זיך אנטשטאנען צווישן די שרים. כביכול האט געשוויגן. דער מלאך מיכאל איז געשטאנען די גאנצע צייט און געקוקט אויפ’ן טומל מיט אן איינגעהאלטענעם שמייכל. ער האט פארווישט אן אויג, און זיינע פינגער האבן געקנאקט אויפ’ן טיש נעבן וועלכן ער איז געשטאנען. ער האט זיך אונטערגעשושקעט מיטן מלאך גבריאל וועלכער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ.
„לאמיר אייך דערציילן עפעס,‟ האט דאס קול פון כביכול איבערגעריסן דעם טומל, קוקנדיג צו די שרים פון די פעלקער. די שרים האבן געשוויגן, אויפהייבנדיג די קעפ וועלכע זענען געווען איבערגעדעקט מיט פליגלען. „ווען אדם הראשון האט געגעסן פונעם עץ הדעת, זענען די הימלען דערציטערט געווארן. די שרפי מעלה האבן געזען אין דעם א מרידה פון דער בריאה קעגן דעם בורא. דאס איז געווען דער ערשטער חטא פונעם מענטש קעגן גאט. אבער יענער זינד האט געעפנט די פרייע בחירה פאר’ן מענטש צו קלויבן זיין וועג אין לעבן…‟
„איך האב באפוילן אדם הראשון נישט צו עסן פונעם עץ הדעת. איך האב אים נישט געגעבן דעם אויסוואל צו האבן אן אויסוואל. ווען א מענטש האט נישט קיין אייגענעם דעת איז קיין בחירה נישטא, און איך האב אים נישט געלאזט געווינען די בחירה. איך האב אים געוואלט איינבינדן ווי מ’בינדט איין א בוים וואס וואקסט, א בלום וואס בליט, און גראזעלעך וואס שפראצן. איך האב אים באשאפן מיט א גרויסער נשמה, אבער געפאדערט האב איך אז ער זאל בלייבן זיצן צווישן די ביימער פונעם עדן, אן קיין גרויסע וויזיעס, אן גרויסע חלומות…‟
א טרער איז ארויס פונעם כסא הכבוד, בשעת דאס קול פון כביכול האט ווייטער גערעדט: „איך האב עס געטון אויס רחמנות וועגן. די מידת הרחמים האט מורא געהאט אז ס’וועט זיין א סכנה פאר’ן מענטש צו פארלאזן דעם גן-עדן און קלויבן זיינע אייגענע טריט אין לעבן. מיין באפעל צו אדם הראשון איז געקומען פון רחמנות אויף אים און זיינע קינדער. די מידת הרחמים האט געשוינט אויפ’ן מענטשליכן מין ווי א מאמע וואס ציטערט אויף איר קינד אין א קאלטן ווינטער-טאג, אז ער זאל נישט ארויסגיין פון שטוב כדי ער זאל זיך נישט פארקילן.‟
„אבער א מענטש איז מער פון ביימער און גראזן,‟ האט כביכול געזאגט. „ער דארף קענען זיך אפרייסן פון דער ערד און איבערשטייגן מלאכים. ער מוז האבן א פרייע בחירה. אויב וואלט דער מענטש נישט געוואלט זיך אויסרייסן פון די קייטן וואס איך האב אויף אים ארויפגעלייגט אין גן עדן וואלט עס געווען א באווייז אז זיין נשמה איז נישט מער ווי א שטיין, די בריאה וואלט געווען א דורכפאל… דער צלם אלקים וואלט זיך קיינמאל נישט געטראפן קיין אויסדרוק…‟
„אין יענער מינוט וואס חוה האט געהאלטן דאס עפל — האט כביכול געזאגט קוקנדיג אין ריכטונג פונעם הימלישן גן-עדן — אין יענער מינוט וואס זי האט זיך אנגערופן אז זי וויל זיין אייניג צו גאט, צו פארשטיין אן אונטערשייד צווישן גוט און שלעכט, אין יענער מינוט האב איך געוואוסט אז די נשמה וואס איך האב באשאפן איז ווירקליך גרויס. אין יענער מינוט האב איך אראפגעקוקט צו דער ערד און באוואונדערט די בריאה. איך האב נישט געזאגט אז די בריאה פונעם מענטש איז גוט, ווי איך האב געזאגט למשל אויף דעם באשאף פון די ביימער און גראזן, וויבאלד די מענטשהייט איז געוואנדן אין דער הצלחה פון ציוויליאזאציע, און דאס ווענדט זיך אין די אויסוואלן פון זיין אייגענער בחירה…‟
אלץ איז געווען שטיל. קיינער האט נישט געוואגט איבערצוהאקן, ווען כביכול האט אויסגעפירט: „דער עץ הדעת איז געווען דער אנהויב אין די באציאונגען צווישן מענטש און גאט. ווען נישט די בחירה פונעם מענטש וואלט אויך קיין תורה נישט געווען. די נאנטקייט וואס דער מענטש האט מיט רוחניות, די סאמע נבואה, אלץ שטאמט פון יענעם מאמענט. די מלכות שמים האט זיך אנגעהויבן נאר נאכדעם וואס ס’האט זיך אוועקגעשטעלט א כמו-געטליכער מענטש אונטן און דערקלערט אויף זיך די הערשאפט פון א העכערן כח, אויבן. דער שורש פון ווידערשטאנד איז דער שורש פון אמונה.‟
„גאט! איז עס נישט קיין סכנה?‟ האט דער דייטשער מלאך זיך צעשריגן.
כביכול האט געגעבן א לאנגזאמען בליק אויף אים. „ס’איז ווירקליך יא!‟ איז געקומען דער ענטפער.
„וואס פארא שייכות האט אדם הראשונ’ס פרשה צו אונזער שמועס?‟ האט דער שר של עסטרייך נישט פארשטאנען.
„ס’האט א שייכות,‟ האט כביכול טרוקן געזאגט. „טראכט זיך טיפער אריין.‟
(המשך קומט אי”ה)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.