Yiddish with an Aleph

דער נישט־ייִדישער שבת

The Gentile Sabbath

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share

זיצנדיג אינעם אויטא בעת א נסיעה איז מיר אויסגעקומען צו הערן אויפ׳ן ראדיא אפאר קלאסישע שטיקלעך וועלכע האבן פונקט געשפילט, ווי למשל מאצארט׳ס „חתונה פון פיגארא‟, ווערדי׳ס „לא טראוויאטא‟, און נאך אזעלכע וואונדערשטיק.

הערט מען זיי אפילו צענדליגער מאל, צעשפילט זיך דאס הארץ שטענדיג אויפסניי און פונעם אינערליכן גריזשען קומען אויף כל־מיני מחשבות. אמאל קומען אויף, זאל גאט באהיטן, הרהורים איבער פראגעס פון ריכטיגן לעבן, אידן און גויים, תורה און וועלטליכקייט, אאַז״וו. נישט חלילה אפיקורסות, פארשטייט איר, אבער פארט הרהורים.

מילא, וואס ביי א איד קומען אויף אין קאפ פארשידענע אנאלאגיעס צווישן דייטשער מוזיק און הייליגע אידישע באגריפן, וועט מען נאך אויף דעם נישט שמייסן אין הימל, נאר די פראגע איז, און דא לאזט מיך רעדן ערנסט, וויאזוי דארף א איד זיך ספראווען מיט דער אינערליכער צעשפליטערטקייט וואס רוט אינעם הארץ פון יעדן איד, אין אזא אדער אין אן אנדער פארעם, און מסתמא אויך אין יעדן איינציגן מענטש? פון וואנעט נעמען זיך די קעגנזייטיגע נטיות און וואס שטעקט למעשה אין זייער תוך?

דער אידישער חכם זשאבוטינסקי, זאל רוען אין גן עדן, האט געשריבן אמאל א שיינעם געדאנק וועגן דעם. ער האט געזאגט אז ס׳זענען פאראן צוויי שיכטן אינעם לעבן ביי יעדער מענטשליכע גרופע אין דער וועלט. איין שיכט איז דער פשוטער וואכן־טאג, און דאס צווייטע איז דער שבת. יעדע קולטור פארמאגט אין זיך קודם כל דעם גראבן שיכט פונעם לעבן, דאס ארויסגיין ארבעטן, אויספירן פליכטן, האנדלען מיט מענטשן, אאַז״וו. און דערנאך איז פאראן א העכערע שיכט וואו ס’ליגן די רוחניות׳דיגע אוצרות פונעם פאלק, די ליטעראטור, די קונסט און די טיפע עלעמענטן פון קולטור.

ביי זיך אינדערהיים זעט מען די רעאליטעט פונעם וואכן־טאג כסדר און דאס מאכט אז מ׳זאל פארגעסן פונעם שבת׳דיגן שיכט. זייענדיג פארנומען מיט פרנסה, צוקוקנדיג זיך וויאזוי די פריצישע באלעבאטישע עסקנים געוועלטיגן אויפ׳ן ציבור אינעם נאמען פון קדושה און צניעות, אדער וויאזוי קינדער ווערן ארויסגעווארפן פון די מוסדות על לא עוול בכפם, צוליב דעם וואס דער טאטע זייערער איז נישט דער צדיק וואס מ׳האט געמיינט, ווערט אויפ׳ן הארצן אזוי אומעטיג אז די גאנצע אידישע וועלט ווערט אונז אפגעפארבט אין שווארצן, מיטן קאליר פון דער אומעטיגער טאג־טעגליכקייט וואס מיר קענען.

ווידער, ווען מיר קוקן זיך אום אויף דער גוי׳שער וועלט, זעען מיר נישט די טאג־טעגליכקייט. אלעס וואס מיר קענען ביי זיי איז נאר די העכערע שיכט. מיר באקענען די ארומיגע וועלט דורך ליטערארישע פארמען, לידער, מאלערייען, אאַז״וו. דאס הייסט אז ביים איד אינדערהיים ווערן מיר פארבלענדעט פונעם וואכן־טאג, בשעת ביים גוי דערזעען מיר דוקא דעם שבת! אויב אזוי איז דען א וואונדער אז ס׳נעמט ביי אידן צייטנווייז רייסן דאס הארץ, ווען מ׳פארגלייכט דעם אייגענעם וואכן־טאג צו דעם שבת׳דיגן ספיריט מיט וואס די וועלט ארום אים איז איינגעוויקלט? אנשטאט צו זינגען „אתה בחרתנו מכל העמים‟, ווילט זיך גיכער זינגען „ברכי נפשי‟ צו דער וועלט ארום.

זשאבוטינסקי שרייבט אז דאס איז די סיבה וואס פירט אידן צו אסימילאציע. אויב דער שבת עקזיסטירט נאר אינדרויסן פון אונזער ענגער וועלט, ווער וועט דען וועלן בלייבן ביי אונז אינדערהיים? דערפאר איז וויכטיג צו לאזן דעם איד זיך באקענען מיט זיין אייגענעם שבת, און זאל ער פארשטיין ווי גרויס ס׳איז די טיפקייט פון זיין אייגענער נשמה. לאז דעם איד זיך באקענען מיט דער מאסיווער אידישער פאעזיע, פילאזאפיע, און ליטעראטור. לאז דעם איד זיך באקענען מיט זיין קודש קדשים דורך די בלעטער פונעם תנ״ך, וואס ווערן צום באדויערן איגנארירט אין אונזערע היימישע מוסדות. לאז דעם איד באגרייפן די גרויסקייט פון זיין אייגענעם פאלק און דערגיין צו די סאמע טיפענישן פון אונזער הייליגקייט.

***

טראכטנדיג וועגן דעם וואס זשאבוטינסקי האט געזאגט, האב איך זיך ווייטער צוגעהערט צו דער מוזיק וואס האט געשפילט אינעם אויטא און זיך פאסמאקעוועט מיט דעם אייראפעישן שבת. איך האב פרובירט צו זען וואו איך וואלט געקענט טרעפן א פאראלעל צו א דייטשן רעקוויעם אין אונזער אייגענער וועלט, איך האב געזוכט א פאראלעל צו די הימלישע קאפעלעס וועלכע הייבן זייערע שטימעס נאר צוביסלעך, איבערגייענדיג פון א שטילן זינגען צו א הויכן זינגען אין לאנגזאמע כוואליעס, ווי די מלאכים וואס זינגען שירה צו גאט. הערנדיג „די קאנאן‟ פון טשאיקאווסקי האב איך געזוכט כאטש עפעס ענליך אין אונזערע שבת׳דיגע זמירות.

איך האב געקלערט צו מיר, דער אידישער שבת איז אנדערש פון אט דעם אלעמען. די גויים קענען זיך דערלויבן צו שרייען צו גאט, זיי קענען ווארפן מיט די הענט אויף ארויף מיט אזא שטאלצקייט און מאסיווקייט וואס מוז לכל הפחות דורכרייסן די ערשטע דריי הימלען, אבער אידישע קינדער קענען דאס נישט טון. דער אידישער שבת פארשטעקט זיך אין די הייזלעך, שטיל און הארציג, קוקנדיג מיט הכנעה קעגן דער גרויסקייט פון גאט, נישט דערוואגנדיג זיך צו זאגן א הויך ווארט וואס זאל חלילה ערגעץ טרייסלען א נערוו ביי די מלאכים. דער גוישער שבת איז גאולה׳דיג, אבער דער אידישער שבת האט מורא אז צופיל דראמע אין א ליד וועט אויסגעטייטשט ווערן ווי דחיקת הקץ.

איז עס מעגליך צו היטן א אידישן וואכן-טאג צוזאמען מיט דעם גוישן שבת? אדער מוז זיך דער איד לחלוטין אפזאגן פונעם גוישן שבת, כדי דאס זאל אים נישט בטעות איבערנעמען דעם וואכן-טאג אויך? איך מיין אז דא קומט אריין א שטיקל פלאנטער. דער מענטש איז נישט אומשטאנד צו האלטן וואכן-טעג אינדערהיים און שבת אין דער פרעמד. אים דאכט זיך אז דארט וואו ער האלט שבת מוז ער שוין קונה שביתה זיין אינמיטן דער וואך. דאך, ווען ער זאל אזוי טון האט ער בסך הכל זיך געלאזט פון אן אילוזיע, און ממילא גענומען א בפירוש נישט-ריכטיגן טריט. אויב קען ער טאקע נישט אפטיילן דעם שבת פון דער וואכן, בלייבט לכאורה דעם איד נישט קיין ברירה, נאר צו צווינגען זיך אוועקצודרייען דעם קאפ פון דעם דרויסנדיגן שבת.

דא וועט איר אבער דרייען מיטן פינגער און פרעגן, פארוואס קען מען נישט האלטן ביידע שבתים, סיי דעם אידישן און סיי דעם ניש־טאידישן? אט דאס, זעט איר, איז תוספות׳ס קשיא! נאר תוספות האט נישט דערויף קיין תשובה. דער ענטפער ליגט אבער איינגעקריצט טיף טיף אינעם אידישן הארץ. אין דער מינוט וואס דער אידישער שבת צעפלאקערט זיך, שרייט עס אויס מיט דונערנדע קולות „המבדיל בין קודש לחול, בין ישראל לעמים…‟ דער איד קען עס נישט באווייזן. אין זיין שבת איז נישטא קיין פלאץ פאר א גוי. נכרי ששבת חייב מיתה. בלייבט ער ממילא אליין אין זיין שבת, און קען עס בשום אופן נישט טיילן מיט בעטהאווען. דערמאן אים נאר „די חתונה פון פיגארא‟ אינמיטן דעם שלום עליכם פרייטאג צונאכטס, ווען די מלאכים באגלייטן אים ביי די צוויי זייטן, און א הימלישער שיין באלייכט די פנימ’לעך פון ווייב און קינדער… עה.. נו!.. טפו! א רוח אין אייער טאטן אריין!

ס׳גייט נישט. הרבה ניסו ולא עלתה בידם. אסך האבן שוין פרובירט, אבער עפעס דערלאזט נישט. מ׳קען דעם עפעס קוים דערטאפן, נאר עס שטייט דאך דארט טיף מיט אזא שארפקייט, אנעם דערלאזן א ספק פאר זיין מציאות. ווי ווייט קען אן אמת׳דיג אידישליכער קרעכץ שפאנען האנט ביי האנט מיט דעם פארריסענעם אייראפעישן גייסט? אויף ווי ווייט לאזן זיך די אלטע הילצערנע בתי־מדרשים פאראייניגן מיט די גרויסע, גיגאנטישע, הימל־גרייכנדע קאטעדרעלעס?

און דאך פילט איר אמאל אז איר ווילט עס פאראייניגן מיט אלע כוחות. איר קוקט זיך איין אין הימל, איר פרובירט צו פארשן פון וואנעט עס שטאמט די מיסטעריע, און פארוואס יעקב און עשיו קענען זיך נישט פאראייניגן אויך נאך טויזנטער יארן. איר ווילט זיך ווארפן אויף דער ערד און מאנען יושר ביי מאמע־ערד וועלכע האט אונז אלע אייניג אויסגעבריט, איר פרובירט זיך איינבעטן ביי די אינסטרומענטן וועלכע שטורמען אזוי מאסיוו אין זייערע סימפאניעס. אין יענע מינוטן, זייט זיך מודה, פליען אייך דורך מחשבות׳לעך פון אוניווערסאליזם וועלכע לייקענען אינגאנצן אייער אידישן פינטל. אין יענע מינוטן ווילט איר נאר זיין א מענטש און גארנישט מער. נאר איר ווייסט ווער ס’האט אייך שוין אויסגעכאפט מיט אט דעם גרויסן חלום? לאמיר אייך דערציילן.

חז״ל זאגן אונז „אלמלא שמרו ישראל שתי שבתות מיד היו נגאלין‟, ווען אידן וואלטן אומשטאנד געווען אפצוהיטן צוויי שבתים וואלטן זיי תיכף אויסגעלייזט געווארן… אידן, ווייזט אויס, האבן עס דערווייל נישט געקענט באווייזן. דער גלות און די גאולה לאזן זיך נישט פאראייניגן, און דער איד קען נישט אויפגעבן זיין קרעכץ פאר דעם פרייען התרוממות הנפש וואס שלאגט זיך דורך די לאדנס פונעם פענסטער. דער איד האט מורא אז זיין פייערל זאל זיך נישט פארלעשן, זיין גלות׳דיגקייט זאל נישט איינדארן, קעגן דער ווינט פונעם שטאלצן אוניווערסאלן דרויסן. דערפאר קען ער נאר שפרינגען אמאל פון זיין אייגענעם שבת צו יענעם שבת, אהין און צוריק, אבער האלטן ביידע אינאיינעם — דאס קען ער נישט.