Yiddish with an Aleph

דער וועג צו שלום אויפֿן ייִדישן מהלך

The Road to Peace As a Jewish Process

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

איך האב אין מיין פאריגן ארטיקל געשריבן אז אידן קענען נישט זיין קיין אקופירער אויף סיי וועלכן שטח פון ארץ ישראל, ווייל א פאלק קען נישט זיין קיין אקופירער אין זיין אייגן לאנד.

דא האב איך געוואלט נאר קלאר מאכן אז מיין כוונה איז געווען איבער דעם געאגראפישן שטח פונעם לאנד, אז אויף דעם איז נישט שייך צו זאגן אז מיר זענען אקופירער, אבער איך האב זיך נישט באצויגן צו דער פראגע פון באהערשן א גרויסן פראצענט פון אראבער, אנעם געבן זיי בירגערשאפט. דא קען מען פארפירן א לעגיטימען פאליטישן שמועס, אין וועלכן מיר דארפן גרייט זיין צו הערן קריטיק אויך קעגן ישראל.

זעט איר אבער, דאס איז שוין א באזונדער שמועס. אויב וואלטן מיר אנגעהויבן דעם שמועס ביי דעם – צו רעדן איבער דער וויכטיגקייט פון העלפן די פאלעסטינער – און נישט איבער דער לעגיטימאציע פון אידן איבער דעם לאנד פון די אבות, וואלטן מיר גאנץ אנדערש געשטאנען. אויב וואלטן די שלום אקטיוויסטן געווען איבערצייגט אין דער ריכטיגקייט פון ציונות, אויב וואלטן זיי געווען דורכגענומען מיט דעם אידישן אינטימען געפיל צו ציון וואס איז איבערגעגאנגען אין גלות פון דור צו דור, וואלטן זייערע ווערטער געווארן פיל מער אנגענומען ביי די אידישע מאסן.

ס’איז א גרויסער שאד אז דער קאמף פארגיסט אזויפיל טינט אויף דער „מלחמה פון נאראטיוון‟ ווען יעדע זייט פרובירט אויסצושרייען א געוויסן נאראטיוו, אנעם דערהערן די אנדערע זייט. פארוואס איז עס פאר די פאלעסטינער אזוי וויכטיג אז אידן זאלן קיינמאל נישט האבן געוואוינט אין ארץ ישראל, אפילו מיט טויזנטער יארן צוריק? פארוואס איז זיי אזוי וויכטיג צו פארדרייען היסטארישע פאקטן? דאס זעלבע קען מען אויך פרעגן, פארוואס איז אזוי וויכטיג פאר געוויסע אידן צו איגנארירן די דריי הונדערט טויזנט אראבער וואס האבן פארט געוואוינט אין ארץ ישראל איידער די ציוניסטישע עליות האבן זיך אנגעהויבן?

נאר מילא, דער עיקר איז געפערליך ווען די שלום אקטיוויסטן אליין פארנעמען זיך מיט שקרים און פארדרייען פאקטן. צווישן די טענות קעגן מדינת ישראל הערט מען אויך רעדן וועגן „ראסיזם‟ אדער „דיסקרימינאציע‟ קעגן אראבער, בשעת ס’איז ברייט באקאנט אז די געזעלשאפט אין ארץ ישראל איז צוזאמגעשטעלט פון אזויפיל מינים ראסן. ארום צוואנציג פראצענט פון דער באפעלקערונג זענען אראבער וואס באזיצן ישראל’ישע פאספארטן און האבן גלייכע שטימרעכט מיט אלע. די אראבער קומען אן צו די העכסטע פאזיציעס, איינער פון די העכסטע ריכטער איז אן אראבער, פיל דאקטוירים און שוועסטער אין שפיטאלן זענען אראבער, די אוניווערסיטעטן זענען פול מיט אראבישע סטודענטן, אא”וו.

פארוואס רעדט מען וועגן ראסיזם? דאס פארבט אפ א נעגאטיוו בילד פון אידן בשעת דאס איז גארנישט אמת (אודאי זענען דא עקסטרעמיסטן, אין יעדן פאלק זענען דא אזעלכע, איך רעד אבער וויאזוי די רעגירונג און דער אלגעמיינער עולם באהאנדלט עס). פארוואס דארף מען אנרופן זאכן מיט פאלשע נעמען, אויב מ’וויל קעמפן פאר אן אמת’ן ציל? לאמיר זיך נאר דערמאנען ווי שטארק אינטעגרירט די דרוזן זענען אין ארץ-ישראל, די ליבשאפט צווישן אידן און דרוזן איז זייער טיף, און דאס זעלבע איז מיט נאך אנדערע מינאריטעט גרופעס וואס זענען געטריי צו ישראל און שטעלן קיינעם נישט אין סכנה. וואלט אזוינס מעגליך געווען אין סיי וועלכן אייראפעישן לאנד וואו אידן האבן געוואוינט איידער דער וועלטס-מלחמה?

נאר וואס, מיר ליידן פון אן אנשיקעניש וואס רופט זיך טעראר, און דערפאר ווערן אנגענומען פארשידענע מיטלען אין יהודה ושומרון, אדער אין מזרח ירושלים, צו פארהיטן די באפעלקערונג (אידן און נישט-אידן צוגלייך) פון אן אנפאל. איר קענט זיך דינגען איבער די מיטלען וואס די רעגירונג נעמט אן, צי ס’איז אויסגעהאלטן אדער נישט, אבער אויב רופט מען דאס אן ראסיזם, אפארטהייד, אדער סיי וועלכן קלינגעדיגן נאמען, זינדיגט מען ווייטער מיט א ביליגן שקר. מיט דעם שליסט מען זיך אן אין דער מיאוס’ער פראפאגאנדע פון אונזערע שונאים, וואס שטאמט נאר פון א קארופציע אין מידות. נישט בלויז איז דאס אומאויפריכטיג, נאר ס’איז דורכאויס רשעות. דערציילט נישט אז איר קומט אין נאמען פון שלום, בשעת איר ניצט אזעלכע צווייפלהאפטיגע מיטלען.

***

א ביישפיל פון א פאזיטיוון אקטיוויזם פאר שלום וואלט מען געדארפט נעמען פון דעם רב וואס האט געוואוינט אין תקוע, הרב מנחם פרומאן ז”ל. אט דער מענטש האט באוויזן וויאזוי מ’קען פארמולירן א וויזיע אויף שלום וואס זאל נישט שמעקן אזוי פרעמד. הרב פרומאן, וועלכער האט אליין געוואוינט אינעם מערב-ברעג, האט געשאפן אינטימע פארבינדונגען מיט ארטיגע אראבער און גייסטליכע פירער, און ער האט גע’טענה’ט אז דוקא די מתנחלים וועלן קענען ברענגען א שלום צווישן אידן און אראבער, וויבאלד זיי פארמאגן א טיפע ליבשאפט צום לאנד, און נאר דערפאר זענען זיי מסוגל צו פארשטיין די אראבישע לאקאלע פויערן. אין שייכות מיט די לינקע תל-אביב’ניקעס האט הרב פרומאן געזאגט, „וואס קענען זיי פארשטיין וועגן די אראבער אין יהודה ושומרון, ווען זיי וואוינען זיך אין געביידעס מיט הויכע שטאקן און האבן זיך קיינמאל נישט פארבונדן צום לאנד?…‟

אין די ליבעראלע סביבות איז באשטימט אז די מתנחלים זענען העצערישע מענטשן, זיי פראוואצירן די אראבער, אא”וו, אבער פאקטיש זענען דא טויזנטער מתנחלים וואס חבר’ן זיך מיט אראבער אין יהודה ושומרון. אינעם פארגאנגענעם יאר זענען זיך צוזאמגעקומען הונדערטער מתנחלים אין א דעמאנסטראציע אין גוש עציון, צו דערקלערן אז זיי ווילן לעבן בשלום מיט די אראבער (צווישן די בילדער פון יענער דעמאנסטראציע האט מען געקענט זען ווי א מתנחל מיט א לאנגער ווייסער בארד נעמט זיך ארום מיט אן אראבער, בשעת די בליקן פון ביידע קוקן ארויס ווייכהארציג – אנדערש פון די פארביסענע בליקן וואס קוקן ארויס פון נישט ווייניג “שלום אקטיוויסטן”). באזוכנדיג אין גוש עציון אויף א שבת, האט מיר מיין גאסטגעבער דערציילט אז ס’זענען דא גענוג אראבער אין דער געגנט וואס האבן ליב אידן.

דאס בילד פון קא-עקזיסטענץ צווישן מתנחלים און אראבער פאסט זיך נישט אריין אינעם ליבעראלן נאראטיוו, פונקט ווי ס’פאסט זיך נישט אריין דאס בילד פון הערליכע מאדערנע שטעט אין דער פאלעסטינער טעריטאריע – וואס איז אנגעבליך פארלאזט און אונטערדרוקט (די לעבנס-ערווארטונג אין יענע שטחים האט זיך געהעכערט כמעט דאפלט פון 1968). ס’איז קלאר אז זייער מצב איז נישט אידעאל (א דאנק דעם טעראר, און אויך א דאנק דער קארופטירטער פירערשאפט פון זייערע מנהיגים), אבער די פראגע איז צי די נאראטיוון וואס די ליבעראלע סביבות פארשפרייטן, ווי גלייך די אידן זענען פראוואצירער, אקופירער, קאלאניזירער און אונטערדרוקער, וועט עפעס העלפן צום מצב. מיט אזא צוגאנג פון שקרים קען מען נישט מצליח זיין.

איך גלייב אז סוף כל סוף וועט זיך אפזוכן א שלום. איך ווייס נישט ווען דאס וועט געשען, די שטייגנדע איסלאמיזאציע אינעם מיטל מזרח מאכט עס אויסזען ווייטער ווי סיי ווען פריער, אבער ס’האט נישט קיין זין צו שטופן היסטאריע מיט כח אז זי זאל אנקומען דארט וואו מיר ווילן, איידער דער מצב זעט אויס מעגליך דערצו. דערווייל דארפן מיר נאר אז מ’זאל נישט זאגן קיין ליגן וועגן אונז – ווען מיר פארטיידיגן זיך קעגן שונאים זאל מען נישט זאגן אז מיר זוכן צו הרג’ענען אומשולדיגע מענטשן, און ווען מ’האט צוטון מיט ראדיקאלע איסלאמיסטן, זאל מען נישט זאגן אז די טעראריסטן אטאקירן אידן נאר צוליב “אקופאציע…”

צום סוף איז זיכער, אז סיי ווען דער שלום וועט קומען, וועט עס נישט געשען דורך די וואס זיצן אין אפגעקילטע צימערן אין אקאדעמיעס, נאר דורך יענע וואס באארבעטן די ערד פון אונזערע אבות זייט ביי זייט מיט אראבישע פויערן, דורך יענע וואס זוכן נישט צו זיין זעלבסט-געקרוינטע צדיקים דורכ’ן ערשיינען אויף בילדער אין אלע צייטונגען, נאר דורך יענע וואס זוכן טאקע צו לעבן אינאיינעם בשלום, אן די בליצן פון זשורנאלן און אן די פאמפע וואס באגלייט די “שלום אקטיוויסטן” אין די שיינע אנצוגן. דער וועג צו שלום וועט זיין א נאטירליכע פראצעדור, מיט כוחות פון אינעווייניג, נישט מיט ארויפגעצוואונגענע, אומהיימליכע כוחות פונדרויסן.