ס’איז געווען א שווערע וואך פאר אידן. צוויי טעראר אטאקעס זענען דורכגעפירט געווארן דוקא דורך פרומע אידן. איין אטאקע איז געווען געצילט קעגן אראבער, און אן אנדער אטאקע איז געווען געצילט קעגן דער „שטאלץ פאראד‟ אין ירושלים. אין דער אטאקע קעגן אראבער האט עס געקאסט דאס לעבן פון א קליינטשיג עופה’לע, וועלכע האט נאך זיכער נישט געוואוסט פון שנאה, און ביי דער פאראד אין ירושלים האט עס געקאסט דאס לעבן פון א יונג מיידל, וועלכע האט קוים פארכאפט צו זען דעם טעם פון לעבן.
אפגעזען פון דעם ווי מיר באטראכטן די „שטאלץ פאראד‟ גופא, איז אמאל זיכער אז די מארשירער פון זייער זייט האבן נישט געמיינט קיין שלעכטס. זייענדיג באאיינפלוסט פון די אלגעמיינע ווינטן וועלכע האבן פארוואנדלט א מאראלישע פראגע אין א ציווילער פראגע (א געדאנק מיט וועלכן איך בין נישט דוקא מסכים), איז דאס מיידל תמימות’דיגערהייט ארויסגעגאנגען מארשירן כדי ארויסצואווייזן סאלידאריטעט מיט אירע חבר’טעס פון דער „לגט״ב‟ גרופע. דער מעסער וואס האט דורכגעשטאכן איר ריין יונג הארץ איז א טיפער לאך אינעם הארצן פונעם גאנצן פאלק.
קיינער איז נישט פאראנטווארטליך פאר עטליכע משוגעים, אבער מיר דארפן כאטש אכטונג געבן אז די תורות וואס מ’הערט פון אונז זאלן נישט אויסגעטייטשט ווערן אויף אזעלכע פינסטערע אופנים. ביים דאווענען אין שול האב איך פונקט געזען א בלעטל אויף וועלכן ס’איז געווען אויפגעשריבן דאס קעפל „ווען עס פלאקערט א פייער דארף יעדער ווערן ‘פנחס’…‟ אין דעם בלעטל האט דער שרייבער זיך באצויגן צו דער נייער ערשיינונג פון יונגע חרדים וועלכע שליסן זיך פרייווייליג אן אינעם צה”ל, און זיי קילן דערמיט אפ די אידישקייט פון אנדערע. ווי אויך האט ער זיך באצויגן צו יונגעלייט וועלכע דרייען ארום מיט די טריפה’נע טעלעפאנען.
דער שרייבער זאגט: „מיר קענען נישט און מיר טארן נישט שווייגן… מען ווארט נישט אויף קיין דרשות פון רבנים, מען ווארט נישט אויף קיין פעולות פון עסקנים, יעדער יחיד איז פאר זיך אן עסקן… [מ’דארף] טון אלעס אין דער וועלט דאס אפצושטעלן, און טאקע אויף אזא קידוש שם שמימ’דיגן וועג ווי פנחס בן אלעזר‟. פארשטייט זיך, מ’קען זאגן אז יענער האט נאר גענוצט מעטאפארעס און ער האט נישט געמיינט אז מ’זאל טון ממש ווי פנחס בן אלעזר, אבער ס’איז גענוג קלאר פון מערערע שורות אינעם בלעטל אז די סצענע פון א שווערד קעגן די פושעים איז ביי אים זייער א שפילעוודיגער געדאנק.
טעראר איז זייער אפט א רעזולטאט פון פאניק וואס כאפט אן דעם מענטש, אז „זיין פאלק/רעליגיע/ציוויליזאציע‟ גייט אונטער. אין אזא צייט פילט דער מענטש אז ס’איז נישטא קיין צייט צו מאכן חשבונות און זיין דיפלאמאטיש, נאר ער מוז טון וואס ער קען כדי צו ראטעווען די מענטשהייט. די דייטשן וועלכע האבן זיך צעפירט די הענט איבער’ן אידישן פאלק זענען אויך געווארן באאיינפלוסט פון אזא מין רעטאריק, וועלכע האט קלארגעמאכט אז היות די אידן „שטעלן אין סכנה‟ דעם עתיד פון אייראפע, מוז מען דערפאר אננעמען געוואלד מיטלען קעגן זיי. דער סוף פון די אלע רוצחים איז, אז די געדאנקען קעגן וועלכע זיי קעמפן ווערן נאר שטארקער, נאכדעם וואס זיי ניצן געוואלדטאטן.
די טעראריסטן אין יהודה ושומרון זענען אזעלכע וואס האבן מורא פון אראבער, ווי אויך פונעם סעקולערן שלטון אין ארץ ישראל, און זיי זענען דערפאר מסוגל צו טון גאר געפערליכע מעשים. דאס מאל האבן זיי פארברענט אן אראביש הויז אינמיטן דער נאכט, און איך גלייב אז ס’איז נאר א פראגע פון צייט ביז זיי וועלן אויספירן אטאקעס אויך קעגן אידן וועלכע שטימען נישט מיט זייער קרעדא, פונקט ווי ס’האט געטון דער צערודערטער פארשוין אין ירושלים. כאטש געווענליך זענען עס נאר משוגעים וואס פירן אויס אזעלכע מעשים, דארפן מיר וויסן אז אין אונזער פילאזאפיע טאר בכלל נישט עקזיסטירן קיין היתר אויף רציחה, וואס צילט אנגעבליך כדי צו פארהיטן פון „שלעכטע השפעות‟, אדער צוליב סיי וועלכע אנדערע טעאריעס.
שלעכטע השפעות, אפילו דארט וואו זיי עקזיסטירן באמת, קען מען נישט אפשטויסן מיט דער שווערד, נאר מיט הסברה. כאטש ס’איז טאקע זעלטן צווישן היימישע אידן אז עמיצער זאל ניצן א שווערד ממש, איז ליידער נישט זעלטן צו ניצן אנדערע געוואלד מיטלען. ווארפן קינדער פון די מוסדות צוליב זינד וואס דער טאטע אדער די מאמע האבן יא אדער נישט געטון, איז אויך אין כלל פון געוואלדטאטן, און יעדער פרואוו וואס זוכט צו צווינגען מענטשן אויסצופירן א געוויסע השקפה, כדי זיי זאלן נישט ליידן פון חרמים און קונמים, איז בעצם אין דער זעלבער קאטעגאריע. א חרדישער סאלדאט דארף נישט מורא האבן אז מ’וועט אים אטאקירן אין מאה שערים, און א היימיש ווייבל דארף נישט מורא האבן צו טרייבן אן אויטא כדי מ’זאל נישט ארויסווארפן אירע קינדער פון חדר. צוואנג קען נישט איבערבייטן מיינונגען פון מענטשן, נאר ס’פארוואנדלט די אידישקייט אין א מעכאנישן סיסטעם, וואו די תורה ווערט אויסגעפירט צוליב אויסערליכע פחדים, און די אינערליכע ליידיגקייט וועט פריער אדער שפעטער צוריקפאטשן אין פנים.
דער נביא ירמיה האט געלאכט פון די קנאים וואס האבן געפאסט משבת לשבת און געברענגט קרבנות פאר’ן באשעפער, בשעת זיי האבן דערווייל געטשעפעט מענטשן, און ער האט זיי צוגעזאגט אז דאס וועט נאר פירן צום חורבן המקדש. ס’קען זייער זיין אז די קנאים ווילן טאקע פארטיידיגן די תורה, אבער אפילו דאס בית המקדש איז אויך חרוב געווארן צוליב שנאת חינם, און איך גלייב נישט אז אונזערע חרדישע קהילות זענען מער געשיצט פון חורבן ווי דאס בית המקדש. אונזער הצלחה וועט זיך ווענדן נאר אין איין זאך, אין אונזער מעגליכקייט אראפצוקריכן פונעם בוים, נישט זוכן קיין אינספיראציע אין דער שווערד, נאר אין דעם קול קול יעקב, וואס איז ווייך און ליבליך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.