ס’איז נישט גלייך איין שאפן צו אן אנדער שאפן, און ס’איז נישט גלייך איין מין קונסט צו אן אנדערן. די אופנים פון שרייבעריי, למשל, גלייך מיט זייערע פארשידענע קלאסיפיצירונגען, איז אנדערש אין גייסט פון איין סארט שרייבעריי צו אן אנדער סארט. אויב למשל באשרייבן א געשיכטע, אן אמת’ע אדער נישט אמת’ע, קען געטון ווערן מיט גלייכגילטיגקייט, איז עס אבער כמעט אוממעגליך אין א פאעטיש געשטימטער פראזע. דער לעצטער מין איז לכאורה צו ערנסט, אז ס’זאל קענען אויסגעפירט ווערן אן א באזונדערער השראה. אזוי אויך, אויב שרייבן קאמעדיע קען זיין אין א גוט געלוינטן, נישט דוקא ערנסטן כאראקטער, איז עס ווייניגער אזוי ווען עס קומט צו פאעזיע.
מיר דאכט זיך, אז דאס איז איבערהויפט נוגע שיינער פראזע, וואס איז אייגנטליך א מין פאעזיע, ווען ס’איז טיפזיניג און דערוועקט די נשמה. דער כלל, אז „דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב‟ איז גילטיג אויף ביידע וועגן. אויב עס איז אזא מין שרייבן וואס גיט דעם מענטש א טרייסל, איז דאס א סימן, אז ס’איז ארויס פונעם הארץ. און וויבאלד, אז קיין ווערטער קענען נישט ארויסגיין פון א מענטשנ’ס הארץ אין דער צייט וואס ער איז גלייכגילטיג, מוז בהכרח זיין, אז ס’האט דעם שרייבער איבערגענומען א געפיל וואס האט אים מאמענטאל אויסגעריסן פונעם טאג-טעגליכן און דערמעגליכט, אדער אפשר גאר אים געצוואונגען, איינצוקריצן זיין באגייסטערונג אין שריפט.
דאס געווענליכע שרייבן, דאס וואס מיר ליינען רוב צייט פונעם טאג, איז אין אלגעמיין נישט פון דעם סארט. ווען מיר ליינען אפילו א זייער בא’חנ’ט געשיכטעלע, אויב עס פאדערט נישט פונעם מענטש א זעלבסט-אפפערונג, אויב עס רופט נישט ביי אים ארויס דאס פינטעלע רוחניות, מעג עס זיין סיי ווי זיס און פליסיג, איז עס אבער מענטשליך, פשוט און חולין’דיג. ס’איז א מין קונסט, נאר נישט דאס הייליגע. אן אמת’ע קונסט, ווען מ’וויל עס באטראכטן ווי א דערגרייכונג פונעם מענטש צו זיינע אינערליכע טיפענישן, א ווינק פון דעם גאט אין דער בריאה, איז עס נאר אזא וואס עס גיט זיך איר איין א טרייסל צו געבן דעם צוהערער, אבזערווירער אדער ליינער, און אויסשאלטן אים אויף א ווייל פונעם רוטין. א ווערק וואס לאזט דעם מענטש גלייכגילטיג, כאטש ס’מאכט אים לאכן, הנאה האבן און צעשפרייט אין אים א זיס געפיל, איז עס אבער זייער אנדערש פון דעם אנדערן מין שאפן.
די מאדערנע קונסט האט זיך אפגעטיילט פון דער אמאליגער קונסט אין אזעלכע אופנים וואס זענען מער נישט צוטריטליך צום געווענליכן עולם. כדי צו פארשטיין די מאדערנע סקולפטור און מאלעריי מוז דער מענטש זיין א גאנצער ידען אין סימבאליזמען, אין דער טעאריע פון קאלירן, אדער אין נאך אנדערע זאכן, כדי צו קענען דערגיין וואס דער קינסטלער האט געוואלט אין זיין סקעטש אנדייטן. ס’איז נישט גענוג דאס הארץ, כדי צו קענען פארנעמען קונסט, נאר מ’דארף דערצו האבן אויך קאפ. מ’דארף דערצו לערנען, פארשטיין, און זיך פרייען וואס מ’האט א געוויסע טיפקייט ארויסבאקומען. היות אז איך בין אליין אן עם הארץ אין קונסט, אפגערעדט שוין פון מאדערנער קונסט, וואלט איך אפשר נישט געטארט אין דעם זאגן א מיינונג, נאר כאטש פון אן עמך’דיגן בליק קומט עס מיר פאר ווי מ’וואלט געווארט, אז ס’זאל עמיצער אויסשרייען „דער מלך איז נאקעט‟.
איך צווייפל חלילה נישט אין דעם, אז ס’ליגט גרויסע חכמה אין דער מאדערנער קונסט, נאר איך מיין, אז ס’איז א גרויסער שאד וואס דער „נביא פונעם מענטש‟, דער קינסטלער, האט באשלאסן אויסצודרייען זיין רוקן צום עולם, און אנשטאט אים צו דערוועקן צו די וואונדערן פון גאט, אים צייגן די שיינקייט פון דער בריאה, ווען די נשמה אונזערע איז באדראעט, דערטרונקען צו ווערן אין דעם ים פון שווערן לעבן, און קוים איז דא צייט צו אטעמען, ווער רעדט נאך פון שטודירן די כוונות וואס שטעקן הינטער די משונה’דיגע שטיקער אייזן פונעם היינטיגן שניצער, אדער דעם מישמאש פון קאלירן אויף א ווייסער שמאטע וואס הענגט אינעם ווארטזאל ביים ציין דאקטאר, האט דער קינסטלער זיך אויסגעוויילט צו מאכן שבת פאר זיך, און רעדן נאר צו דער אייגענער גרופע. זאל דאס בכלל זיין פאררעכנט ווי „דברים היוצאים מן הלב‟? אדער איז דאס טאקע נישט מער ווי א שפילעריי, כאטש אודאי לויט געוויסע כללים, וואס זענען אבער נישט ווערט פאררופן צו ווערן אמת’ע קונסט? איז עס אזא וואס גאט וואלט אויף דעם געלייגט א האנט און געזאגט „איך האב דעם מענטש געבענטשט מיט מיין גייסט‟?
אין „מיין קריג מיט הירש ראסיינער‟ פון חיים גראדע, רעדט חיים צו זיין חבר וועגן די סטאטוען אין פאריז. חיים לויבט אויס די אייביגע אידעע פונעם מענטשליכן מין, וועלכער דערקענט זיך אין דעם בראנזענעם סקולפטור, און איז זיך מתוודה, אז אים קומט גאר צו וויינען קוקנדיג אויף זיי. דער טעם פון לעבן, וועלכער שטעקט אין מענטשליכער ווערק, בלאזט אין דער זעלבער צייט אריין פריש לעבן אין טרוקענע ביינער פון די צושויער. זייענדיג אריענטירט צו דעם אולטימאטיוון גייסט פון דער בריאה, פירט עס דעם מענטש צו די ברכות הראייה, די ברכות, וועלכע חז”ל האבן מתקן געווען אויף דעם מענטשליכן הכנעה-געפיל כלפי ארומיגע גרויסקייטן, מיסטעריע און שאפונג.
ובכן פרעג איך אייך, כ’לעבן, ווי קומט דער מישמאש פון היינטיגער קונסט צו א פינטל אין דער געהויבנקייט פון די מיטלאלטער קאטעדרעלעס, צו די הויכע שפיצן אינעם גאטישן סטיל, וועלכע פירן די אויגן צום הימל, און ווארפן דעם מענטש אין אט אזא נאבעלער הכנעה, גלייך ווי ער זעט זיך קעגן שפיציגע הויכע פעלזן בערג? דארף דען נישט קונסט אריינפירן דעם מענטש אין א רעליגיעזן רעאלם? דארף דען נישט קונסט ברענגען דעם מענטש צו קניען פאר גאט און אויסרופן ברכות כלפי דער גרויסקייט פונעם ארומיגן מציאות?
וואס טוט די מוזיק מיט דער מענטשליכער הארטנעקיגקייט, וואס עס שטעלן מיט זיך פאר די ריינע אותיות פונעם תנ”ך; קען אין ארכיטעקטור פרעזערווירט ווערן, אין מאלעריי ארויסגעברענגט ווערן, און אזוי אין אלע אנדערע געביטן פון קונסט. איז ממילא א סברא, אז די מאדערנע קונסט איז נאך א פרט אין דער תוהו ובוהו פונעם מאדערניזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.