ס’איז פאראן א אידיש ליד פון יום-טוב ערליך וואס שילדערט מתן-תורה אין היינטיגע טערמינען. אינעם ליד פארלאזט דער מלאך דעם הימל מיט דער תורה אין דער האנט, ער וואנדערט אויס איבער דער וועלט צו זוכן וועלכעס פאלק ס’איז גרייט אנצונעמען די תורה. יעדעס פאלק ווארפט אפ דעם פארשלאג צוליב אן אנדער סיבה. די דייטשן געפעלט נישט דעם „לא תרצח‟, די פראנצויזן פארשטייען זיך נישט מיט „לא תנאף‟, די אראבער מיט „לא תגנוב‟, און אזוי ווייטער. ווען דער מלאך קומט ענדליך אן צו די אידן נעמען זיי אים הערצליך אויף, דער מלאך פליט צוריק אין הימל א צופרידענער פונעם געשעפט.
איך האב אין א נאכט גענוצט דעם ליד אויף צו לייגן שלאפן מיינע קינדער, און אויסגענוצט די געלעגנהייט צו געבן זיי א שיעור אין געאגראפיע. אז די שטאט פאריז איז דערמאנט געווארן אינעם ליד האב איך זיי דערציילט אז דאס איז די הויפט-שטאט פון פראנקרייך, און אז די שטאט בערלין איז דערמאנט געווארן האב איך זיי דערציילט אז דאס איז די הויפט-שטאט פון דייטשלאנד. איך האב מיך אפגעשטעלט ביי די פרעמדע ווערטער אינעם ליד, דייטשיש צי רוסישע ווערטער (וועלכע אימיטירן דאס רעדן פון די פעלקער וועלכע האבן אפגעזאגט די תורה) און איך האב זיי איבערגעזעצט דעם באדייט זייערן. דער דיכטער פונעם ליד האט קענטיג געהאט א ברייט הארץ צו אנטראפאלאגישער פילפארביגקייט און ער האט דאס אריינגעשטעלט אינעם ליד.
איינס פון די פעלקער וואס ווערט דערמאנט אינעם ליד איז דאס אמעריקאנער פאלק. די אמעריקאנער זאגן אפ די תורה צוליב דער מצוה פון „כיבוד אב ואם‟. מיין זון, א קליין אינגעלע פון א יאר אכט, האט די אויגן צעעפנט: „אמעריקע האט נישט געוואלט די תורה?… ס’הייסט? מיר האבן נישט קיין תורה?‟ ביי מיר האט דאס הארץ א טרייסל געגעבן. אט איז די-אָ גרויסע שאלה פון אידענטיטעט — זענען מיר אידן, צי אמעריקאנער? אויב מיר זענען אידן קענען מיר זיין אויך אמעריקאנער? די פראגע וועלכע פירט צוריק צו דער פראנצויזישער רעוואלוציע, די פראגע וועלכע פלאגט אידן אין דער מערב-וועלט שוין די לעצטע צוויי יאר-הונדערט פון דער עמאנציפאציע.
מיט א קינד קען מען נישט פשט’לען. די שאלה איז אזוי אויפריכטיג און תמימות’דיג ארויס פונעם קינד’ס מויל אז ס’האט מיך געצוואונגען צו טראכטן גלייך אנע קרומקייטן. „מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר זענען אידן!‟ האב איך געענטפערט, און כאטש א רגע אליין זיך געוואונדערט אויף מיינע ווערטער. וויפיל האב איך שוין איבער דער טעמע געליינט? וויפיל האב איך מיר דעם קאפ פארדרייט מיט אט די שאלות? נאר די קלארקייט וועלכע ס’האט מיך איבערגענומען בעת’ן רעדן מיט מיין קינד האב איך פריער קיינמאל נישט געהאט. איז עס טאקע אזוי קאמפליצירט? צו זיין א איד באדייט דאך צו געהערן צו א געוויסן פאלק. נישט אזוי? היינט, האט איר געהערט שוין אמאל אז א מענטש זאל זיין געבוירן אי צו משפחת בוקסבוים, אי צו משפחת פעפקאוויטש?…
די געדאנקען פון יחזקאל קויפמאן אין זיין בוך „גולה ונכר‟ זענען מיר געשווימען אין קאפ, איבער וואס עס באדייט צו זיין א פאלק. א פאלק איז א קאלעקטיווע גרופע מיט א באוואוסטזיניגקייט איבער א געמיינזאמען אפשטאם. צו קענען אויסוואקסן א פאלק מוז מען פריער אויך רעדן אין איין שפראך און וואוינען אויף אן אייגן שטיק לאנד. א פאלק קען פארלירן די נאציאנאלע אייגנטומען, ווי דאס לאנד און די שפראך, אבער עס בלייבט א פאלק כל זמן ס’איז פארהאן די געמיינזאמע עטנישע באוואוסטזיניגקייט צווישן די קינדער פון דער באשטימטער גרופע.
אויב איך וועל נישט מסכים זיין מיט קויפמאן און איך וועל זאגן אז נאר דאס לאנד און די שפראך באשטימען דאס פאלק, וואלט איך דעמאלט געמוזט מוותר זיין אויף מיין אידישער פאלקשאפט (נעם א מעסער און שעכט מיך, וועל איך דאס נישט טון), וויבאלד מיר טיילן דאך נישט איין שפראך מיט אלע אידן איבער דער וועלט. וועל איך ווידער יא מסכים זיין מוז איך מוותר זיין אויף מיין אמעריקאנער פאלקשאפט. ס’וועט מיר נישט שאטן צו האלטן אן אמעריקאנער פאס, אבער במחילה, די אלע נאציאנאלע מאטיוון פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר זענען בפירוש געקינצלטע און נישט נאטירליכע. איך בין נישט קיין אמעריקאנער, אפילו אויב איך וויל.
„א פאלק איז א גרויסע משפחה וואס האט אן אייגן שטיק לאנד,‟ האב איך מיך געהערט רעדן צו מיין זון. „די אמעריקאנער משפחה האט זיך אויסגעשפרייט אויף דער אמעריקאנער ערד און עס באטראכט ווי אייגנס. די אידישע משפחה איז אויסגעוואקסן מיט טויזנטער יאר פריער אין ארץ ישראל. מיר געהערן אהין, נישט דא אהער.‟ איי פארוואס וואוינען מיר אין אמעריקע און נישט אין אונזער לאנד? זעט איר, אט דאס איז שוין אמאל א קשיא. וועל איך מוזן ענטפערן אין ש”י עגנון’ס ווערטער „צוליב א היסטארישער קאטאסטראפע וואס האט געטראפן אונזער פאלק מיט א יאר צוויי טויזנט צוריק, דערפאר געפינען מיר זיך אין דעם פרעמדן און ווייטן ניו-יארק‟.
אט דאס געלעכטער האבן געמאכט פון אונז די וואס האבן איינגעפירט דעם היינטצייטיגן סטעיט-סיסטעם. מ’האט גענומען און פאבריצירט אזא באגריף ווי „בירגערשאפט‟, דורך וועלכער מ’קען באשטימען „פארמאל‟ ווער עס געהערט צו דעם פאלק און ווער נישט. און ס’איז נישטא קיינער וואס זאל אויפשטיין און שרייען „רבותי! דער מלך איז נאקעט. ס’איז נישט מער ווי פאפיר…‟ א איד קען ווערן אן אמעריקאנער נאר דורכ’ן פולשטענדיג אסימילירן זיך במשך אפאר דורות (וואס קען געווענליך פאסירן נאר בהיסח הדעת, נישט מיט א דירעקטער כוונה), אבער וואס שייך דעם פאספארט, איז עס ווערט אויף אזויפיל אז איך זאל קענען האבן אויבערפלעכליכע סימפאטיע מיט דעם אויסערליכן סטרוקטור פונעם סטעיט-סיסטעם, אין וועלכן ס’גלייבן אלע וואס גלייבן אין אויסערליכע פארמאליטעטן. צו זיין אי אן אמעריקאנער און אי א איד איז א סתירה.
די פראגע איז אבער אין אמת’ן טיפער פונעם שטיקל פאפיר. מילא אז דער פאספארט איז נישט מעלה ומוריד, דאס איז פארשטענדליך. וואס איז אבער מכח מיין אויסזען? דער פארב פון מיין הויט איז א ווייסער און די שפראך וועלכע איך רעד איז דריי פערטל גערמאניש. צו וועלכן קאנטינענט אין דער וועלט האבן אידן נאך אזא שטארקע שייכות ווי צו אייראפע? נישט געקוקט אויף דער פארציע בלוט וואס מיר האבן אפגעגעבן די אייראפעער, איז דאך פארהאן עפעס טיף אייראפעיש אין אונזער נשמה וועלכן מיר קענען קוים אויפגעבן, און מיר ווילן באמת נישט אויפגעבן. די פאר-מלחמה’דיגע אידישע אסימילאטארן איז זייער לייכט צו פארשטיין ווען מ’נעמט דעם פרט אין באטראכט. זע נאר אפילו דאס אז ווען אידן האבן זיך אומגעקערט צום אור-אלטן לאנד האבן זיי אינגאנצן נאטירליך עס אוועקגעשטעלט אויף די אייראפעישע יסודות פון דעמאקראטיע.
ווייניגסטנס פונעם סאציאלאגישן און ביאלאגישן אספעקט, כאטש אויף דריי פערטל, געהערן מיר קיין אייראפע. נישט אזוי? צירקע אנדערטהאלבן טויזנט יאר וואוינען אויף אייראפעישן באדן, באלד אזוי לאנג ווי דאס וואס מ’האט געוואוינט אין אזיע, מאכט דאס אונז נישט פאר אייראפעער? ווייזט זיך אויס אז נישט. פארוואס נישט? וויבאלד מיר זענען אידן, באוואוסטזיניג וועגן אונזער שורש אין אן אנדער קאנטינענט, און כל זמן מיר זענען אידן קענען מיר אין אמת’ן נישט זיין נאך עפעס. ס’איז א נארישקייט צו קלערן אנדערש, חוץ אויב איר דערקלערט אידישקייט ווי א רעליגיע אן א נאציאנאלן שורש, וואס איז אוודאי א שקר.
איר האט א ספק אין דעם? אייער טענה איז געבויט אויף דעם וואס אידן האבן נישט געוואוינט אינאיינעם אזויפיל יארן. אבער דוקא דאס איז די בעסטע ראיה אויף פארקערט. צייגט מיר נאך א פאלק אויף דער וועלט וואס האט אויסגעהאלטן די פאלקישע באוואוסטזיניגקייט אויך נאכדעם וואס ס’האט פארלוירן אזעלכע וויכטיגע פאלקס-שטריכן ווי די אייגענע שפראך און לאנד, און אפילו דעם אייגענעם קיבוץ? אין א פאלק וואס האט דאס אויסגעהאלטן במשך צוויי טויזנט יאר איז „דאס פאלק‟ אין זיין הארץ א מציאות מער ווי די פאלקשאפט אינעם הארץ פון סיי וועלכן אנדערן פאלק.
מיר זענען אידן! פונעם סאמע מיטן איד וואס אין אונז שפראצט ארויס דער מענטש. איך פיל מיך אבער פריער ווי א איד און הערשט נאכדעם ווי א מענטש, ווייל אנעם געהערן צום אידישן פאלק געהער איך נישט אין ערגעץ, און אז איך געהער נישט אין ערגעץ בין איך נישט קיין מענטש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.