איך הייס יאנקעלע, נאר אנדערע רופן מיך ישראל’יק. פארוואס ישראל’יק ווען איך הייס יאנקעלע? א קשיא אויף א מעשה. מיר איז עס גארנישט אזוי ניחא, נאר גיי קריג זיך מיט א וועלט. דער עולם רופט און איך מוז ענטפערן. אט גיי איך אויף דער גאס און איך קלער מיר “אט גייט יאנקעלע!” דערווייל קומט מיך אנטקעגן א חבר און פרעגט “וואס מאכסטו עפעס ישראל’יקל?” זאג איך אים “איך בין יאנקעלע”, זאגט ער מיר “די גאנצע וועלט ווייסט אז דו ביסט ישראל’יקל, קומסטו מיר דערציילן מעשה’ס?”
א מאדנע אנשיקעניש! קלער איך מיר, און איך ווייס נישט ווי דאס אויפצועסן. איך האב פרובירט שוין צו ווענדן זיך צו רבנים, צו גלחים, צו כישוף-מאכער, און וואס נישט. אזוי למשל קום איך אריין צום רב, אן איינגעבויגענער מיט א גרייז-גראע בארד - צו די יונגע רבנים האב איך נישט געוואלט גיין מחמת זיי זענען אלע פאלשע, איך גלייב נישט אין זיי – זעט מיך דער אלטער רב, זאגט ער מיר: “שלום עליכם ר’ ישראל! וואס איז מיט אייך?” רעד איך מיר אויס דאס הארץ אויף מיינע צרות. גיט זיך דער רב א האסטיגן שטעל אויף פון פלאץ, אן אלטער איד קיינעהארע, נישט לייכט געווען, און ער נעמט שרייען אויף מיר:
“ישראל’יקל טייערער, עס גייט נישט אזוי. אין עצה ואין תבונה נגד ה’, דו וועסט נישט קענען זיך ארויסדרייען, ישראל’יקל איז דיין שורש נשמה און אזוי מוז זיין. דאס איז ביי מיר באשטימט סיי לויט נגלה און סיי לויט נסתר. פרוביר נאר צו בייטן דעם נאמען וועט דיר זיין אך און וויי! דו וועסט א מיאוס לעבן האבן, דיר וועט נישט זיין גוט בייטאג, דיר וועט זיין שלעכט ביינאכט. דיך וועט נאכלויפן די קדחת און די שחפת, דו וועסט דיך אליין פיינט האבן און וועלן אנטלויפן פון דיין הויט…”
אט אזעלכע קללות האט ער מיר געשאנקען פאר מיין בלויזן טראכטן הויך אז איך הייס יאנקעלע און נישט ישראל’יקל. געהערט שוין אזוינס? איך האב אים געלאזט שרייען און ארויסגעלאפן אין סאמע מיטן פון די קללות. אנטקענגאיבער דעם רב’ס שטוב איז געשטאנען דאס הייזל פונעם גלח. ווי קומט א גלח צו וואוינען קעגנאיבער א רב? ווייס איך נישט. ס’איז מיר אבער גוט צונוץ געקומען. די גלחים ווייס איך האבן א מין וואסערל וואס אז ס’קומט א איד צו זיי אין שטוב, שפריצן זיי אים אפ מיט דעם וואונדער וואסער און ער ווערט אויס איד. הערשט האב איך געהאט א חבר וואס האט געהייסן מעכיל, נאכ’ן גיין צום גלח האט ער באקומען דעם נאמען מאריץ… נו שוין, האב איך מיר געמאכט א קל-וחומר: מה-דאך דער גלח קען מאכן פון א איד א גוי, איז דאך א כל-שכן אז ער קען פון יאנקעלע’ן מאכן יאנקעלע.
אז איך בין אריין אין שטוב פונעם גלח האט ער מיך אויפגענומען מיט דער גרעסטער ליבשאפט. “וואס איז דיין באגער ישראל’יק?” דערצייל איך אים מיין צרה און דערביי שטופ איך אים אריין א צענערל אין דער האנט. דער גלח איז נישט געווארן אזוי ווילד ווי דער רב. ער האט דוקא אפגעשטימט מיט מיר א צייט ווען מ’וועט די צערעמאניע אויספירן וואס זאל מיך אויסלייזן פון מיין צרה. איין אפשטימונג האט געשלעפט א צווייטע, און א צווייטע צו א דריטע, יעדעס מאל האב איך געמוזט אים אריינשטופן נאך אפאר צענערלעך, אמאל אין די שטיוול און אמאל אינעם שווארצן מאנטל, נאר ווען דאס געלט איז אויסגעלאפן איז ער מיטאמאל געווארן גלח. ער האט זיך געמאכט הארץ און אנגעהויבן שרייען אויף מיר: “דומער ישראל’יק! א גלח קען דיך מאכן פאר מאריץ, אבער נישט פאר יאנקעלע. צו א גלח קומט מען אויף זיך צו שמד’ן, נישט אויף צו בלייבן א איד! בלייב נאר א ישראל’יקל, א יאנקעלע, אלעס איינס, וועט דיך דער קדחת אויפעסן, און דער שחפת וועט דיך נאכלויפן…”
האב איך דערזען שוין דעם גרויסן בריה און האב פון דארט אויך געמאכט פליטה. אזוי געווענליך גלייב איך נישט אין כישוף, נאר אז כ’האב נישט געהאט קיין ברירה האב איך באשלאסן צו געבן עס א שאנס און כ’בין מיר אוועק צו דער כישוף-מאכערין. די כישוף מאכערין וועלכע וואוינט אינדרויסן פון שטאט, אן אלטיטשקע, אן איינגעבויגענע, מיט א גרויסן בלעזל אויף דער נאז, ממש ווי פון די קינדער-מעשה’לעך, זי האט זיך גראד יא שיין באנומען מיט מיר פון אנהויב ביזן סוף, זי האט מיט מיר געמאכט כל-ערליי קונצן און לחשים, געגאסן פארשידענע מאטעריאלן, אויסגערויכט פארשידענע געווירצן, אפגעזאגט אלע מיני לחשים, און אזוי צוביסליך מיר מודיע געווען אז די אנשיקעניש איז אריבער. נאר וואס מיינט איר? א נעכטיגן טאג. גיי איך ארויס אויף דער גאס, הער איך מ’רופט מיך ישראל’יקל פונקט ווי פאר נעכטן און אייערנעכטן.
ענדליך איז מיר אמאל אויסגעקומען פארבייצוגיין א שפיגעלע אויף דער גאס, האב איך זיך א קוק געטון אין שפיגל, און אז כ’האב דערזען דעם פרצוף אינעם גלאז קעגנאיבער איז מיר דאס בלוט אפגעלאפן און ס’האבן מיר די פיס גענומען וואקלען. נישט אנדערש נאר אז ישראל’יק האט זיך מיר באזעצט אויפ’ן פנים… איך האב געקוקט און געקוקט, נאר איך זע דאך אז דאס איז עס. כ’פרואוו צו געבן א דריי דאס פנים רעכטס, א דריי לינקס, נאר ס’איז אלעס איינס, גענוי ווי דער רב האט געזאגט, און נישט אנדערש ווי להבדיל דער גלח. האב איך מיר צוערשט געקלערט א שטויס צו טון דאס גלאז און פטור אן עסק, נאר דאס הארץ האט מיר געזאגט אז כ’וועל מיט דעם נישט אפקומען.
פון דעמאלט איז ביי מיר געבליבן ישראל’יק, און מער האב איך מיט דעם נישט געפרואווט זיך צו אמפערן. און אז כ’האב זיך מער נישט געאמפערט האב איך שוין ענדליך גענומען אליין איינזען אז איך בין טאקע ישראלי’ק. האט מיך נאר געוואונדערט, ווי קומט דאס אז איך האב עס נישט געזען ביז היינט? א קשיא אויף א מעשה…