נאכט. די לבנה צעווארפט אירע בלאסע שטראלעכלעך אויף דער ערד, דער הימל איז שווארץ פארצויגן, און דער אימה’דיגער יקום, די אייביגע און ענדלאזע הויכן, לאזט זיך ארויסזען דוקא אין דער צייט וואס ס’ווערט פינסטער אויפ’ן ערד-קוגל. דעמאלט ווען די זון הערט אויף שיינען, דעמאלט ווען די אויגן קענען נישט זען, דעמאלט ווען דער מענטשליכער עקספערימענטיזם, אזא וואס דערשרעקט זיך מיטאמאל איינצושניידן אין די קישקעס פונעם מארס, איז יעצט אויפדערנאכט אפגעשוואכט, דעמאלט ווען די חושים באזיצן מער נישט די וואכזאמקייט פונעם טאג, דער מוח איז מיד און די חושים פארשלאפט, אט דעמאלט שארפט זיך דער יקום איבערן מענטש, דעמאלט גייט ער ארויס פון באהעלטעניש, און דערציילט דעם מענטש אז די וועלט ענדיגט זיך נישט מיט דער ליכט פון דער זון.
וואלט קיין נאכט נישט געווען, וואלט קיין אסטראנאמיע זיך נישט אנטוויקלט, וואלט מען היינט אפשר געהאלטן נאך איידער דער אנטוויקלונג פון דער מעסאפאטאמישער ציוויליזאציע. וואלט קיין פינסטער נישט געקומען אויף דער וועלט, כאטש אויף א פאר שעה אין מעת-לעת, וואלט די זון אונז פארבלענדט די אויגן אין אייביגן שלאף. די זון, ווי גוט ס’איז מסתמא איר כוונה, קען אמאל זיין דעם מענטש א שטער אין זיין ציל צו באהערשן דעם געטליכן יקום.
דערפאר אבער אז ס’קומט די נאכט, דעמאלט ווען דער יקום טוט זיך אויס דעם זוניגן קלייד און ערשיינט פאר’ן מענטש אין דער פולסטער פראכט, א נאקעטע ווי גאט האט עס באשאפן, גיט זיך עס איין דעם מענטש אוועקצולייגן אויף דער ערד ווי א טרייער דינער. קוים זעט זיך דער מענטש אין סאמע פינסטערניש, א פעך-שווארצער קופאל איבערן קאפ פון אלע זייטן, ווען די איינציגע ליכט זענען אים די טאנצנדע שטערנדלעך און די בלאסע לבנה, צעפאלט זיך אין אים זיין שטאלץ און ער שטייט ערליך קעגן דער קאסמישער מיסטעריע, דער קאפ געבויגן צו דער ערד, די קניען איינגעבראכן, און די ליפן שאקלען זיך אין תפילה צו דעם גרויסן און אייביגן כח, דער העכסטער פון די הויכן און דער שעפער פון שאפונגען.
א סברא אז נאטור זאגט דעם מענטש: הער מיך ליבער, לעולם בין איך נישט גרייט צו לאזן זיך אריינקוקן אין אלע מיינע טיפענישן, איך וואלט ווי א צנועה מיינע הייליגטומען נישט געלאזט פארשוועכן קעגן דער מענטשליכער גאווה’דיגער אגרעסיוויטעט, מיר איז נישט ניחא אז דאס פעקל פלייש און ביין זאל זיך קלערן, אז ער האט דעם מאכטפולן יקום בייגעקומען. נאר וואס? אז ס’קומט די נאכט און דער מענטש פארלירט די שארפקייט אינעם זען, ווען דער פחד פון חושך פילט אן זיינע אינגעוויידן, זיינע קניען ברעכן און דאס הארץ פלאטערט אים, רעליגיעזע לידער הייבן זיך אים אן גיסן פון מויל און די הכנעה זיינער איז א פולשטענדיגע, אט דעמאלט ווערט אים דער יקום נאנט, צעעפנט עס די טירלעך און לאזט אים גאפן קעגן סוד, ווי א כלה וואס באווייזט זיך צו איר חתן נאר אין דער פינסטער פון דער נאכט.
אויב מיר וואלטן נישט געהאט אזא זאך ווי די נאכט, וועלכע מיר קענען, וואלטן מיר דאך נישט געוואוסט וואס אונז פעלט, איז דאך מעגליך אז דער מציאות פון נאכט קען גיין נאך ווייטער, נאר מיר קענען דאס אויפ’ן געדאנק גארנישט ברענגען. קען עס עמיצער גאראנטירן, אז ס’איז נישטא א נאכט וואס איז די מאמע פון אלע נעכט? א נאכט וואס איז מער פינסטער און מער אויס-מענטש, אבער טאקע דערפאר מער געטליך און מער אפן? איז יענע נאכט אפשר מער אימה’דיג? איז יענע נאכט מער פלאטערדיג? די סתירה פון נאכט, וועלכע פארדעקט דעם מענטשן’ס אויגן און צעמישט אים די מאטעריעלע חושים פון איין זייט, ווארפט אויך אן אויף אים אן אימה, אבער צעעפנט זיך און לאזט דעם מענטש זען נאך מער ווי בייטאג, עלעהיי דוקא דאס וואלט געווען דער אמת’ער טאג — איז נישט פארהאן אזא אבסאלוטע נאכטקייט אין דער בריאה, וואס דארט איז סיי די יראת הכבוד אבסאלוט, סיי דער טויט פון מאטעריע, בעת דאס הארץ איז צעוואקסן און דער אמת שטייט אנטבלויזט אינגאנצן אויך אין אן אבסאלוטן אופן?
איז נישטא עפעס אין רעליגיע וואס שמעקט מיט אזא מין נאכטקייט? איז נישט דאס וואס באאומרואיגט די נשמה פונעם רעליגיעזן מענטש, נאר בארואיגט אים צו דער זעלבער צייט? איז נישטא עפעס אין די טיפענישן פון יעדן מענטש וואס רופט צו אים אין א קינדישן וויגליד צו פאראייניגן טאג מיט נאכט? עפעס וואס ציט אים צו דעם סאמע אנהייב פון דער בריאה ווען אור און חושך זענען איינס געווען, אפשר טאקע א ווינק צו אזא מין סארט מציאות?
דעם מענטש קומט דאס פאר צו זיין א סתירה צום שכל, נאר אין אמת’ן איז דאס אן אנדער שפראך, די אוניווערסאלע שפראך, די שפראך פון דער מוזיק, דאס מענטשליכע גערן און שטילע שטורמען. דאס קול פון נאטור, וועלכעס דער מענטש דערהערט נאר דירעקט, ברוסט צו ברוסט, הארץ צו הארץ, אנע סענסועלע פארמיטלונגען, דאס וואס ער קען נאר שילדערן אין מוזיקאלישע נאטן, כאטש ער קען עס נישט אנטאפן אין וויסנשאפטליכע טערמינאלאגיעס, איז נישט דערפאר א שונא פאר דער מענטשליכער שפראך צוליב דעם וואס עס נוצט נישט דעם זעלבן מעטאד פון שילדערן. ס’איז נאר אן אנדער שפראך, אן אנדער פארנעמען, און אן אנדער וועג פון איבערגעבן. דאס איז דער ראמאנס וואס דער מענטש פירט מיט דער בריאה פון די ימי בראשית, און וועבט אויף דעם אלע זיינע גרויסע חלומות. די האפענונג אינעם מענטש, זיין צוטרוי אין לעבן, זיין ליבע צו דער בראשית און די אמונה אין איר ברייטער האנט, די זענען אלע שנירלעך אין די דורות’דיגע אינטימע באציאונגען צווישן דעם מענטש און זיין וועלט, צווישן מענטש און גאט, צווישן הימל און ערד, וואסער און טרוקעניש, און איבער אלעם — ליכט און טונקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.