אז ס’קומט תשעה-באב דארף מען טרויערן, מ’דארף געדענקען דאס בית המקדש, קלאגן און פאסטן. און וויבאלד אז תורה דערפרייט דאס נפש פונעם איד, איז א הלכה אז מ’טאר אין תשעה באב נישט לערנען קיין תורה. קומט אבער תשעה באב, ווערט הערשט נתגלה וואס ס’טוט זיך אפ ביי אידישע קינדער אין הארצן. א טאג אן תורה קענען זיי נישט. מילא א גאנץ יאר איז מען פאריאגט, האט מען קוים צייט איבערצואטעמען, א דעכע צו טון, אבער אז ס’קומט תשעה-באב, ווען דאס בית המקדש איז ליידער פארברענט געווארן, נעמט אידן אן א תשוקה צו לערנען, אזא וואס זעט זיך נישט א גאנץ יאר. די גמרא… איי, די זיסע גמרא, ווי עס בענקט זיך, ווי עס ציט. נאר מ’טאר דאך נישט, מ’דארף דאך קלאגן, האלטן זיך אידישע קינדער איין און מ’לערנט נישט קיין גמרא.
האט זיך געמאכט אזא מעשה ביי ר’ קאפל’ען, א איד א תמים, ווייסט נישט קיין סאך, א גאנץ יאר פארנומען מיט איבערבייטן רעדער, האט דאך אבער יעדער איד זיין נסיון. איר ווייסט דאך, איינעם ציט א ציגארעטל אינמיטן דאווענען, א צווייטן זענען מחשבות זרות מבלבל אינמיטן שמונה עשרה, ביי א דריטן, זאל נישט אויסגערעדט זיין, זשומעט תאוות נשים אין הארצן, ס’פלאקערט אזוי און ס’ברענט, און ער מיינט אזש די וועלט עקט זיך. א פארבלענדעניש ווי אלע פארבלענדענישן. נאר אידן זענען דאך בני אברהם יצחק יעקב, שטארקט מען זיך. דער יצר זוכט זיך צו פארקויפן דאס זייניגע, שוין פאר דעם אליין זענען אים אידן דאנקבאר, אבער צום סוף ווייזט מען אים די צונג. און אפילו אז מ’פאלט אמאל דורך חלילה, ווייסט מען אויך אז מ’איז נאך דערפאר נישט אויס איד, דער רבונו של עולם איז אן א-ל רחום וחנון, ער איז מוחל די וואס האבן חרטה און טוען תשובה אויף זייערע עבירות.
און דער יצר האט טאקע אן אינטערעסאנטער מנהג. יעדן איינעם ברענגט ער אזעלכע נסיונות וועלכע שטייען אים גארנישט גוט אן. דעם רב מיטן ספאדיק, וועלכער זיצט און קאכט זיך אויף כל-ערליי ספרים, נגלה און נסתר, דעם ברענגט ער אריין געדאנקען פון נשים. פאר ר’ קאפל’ען אבער, דער תמימות’דיגער רעדער סוחר, אויף וועלכן א זינד מיט אן אשה שטייט דוקא זייער גוט, מ’קען זאגן ווי געגאסן, אים ברענגט ער נישט אזעלכע זאכן אין קאפ. אים לאזט דער יצר וואויל גיין, ער לאזט אים מנוחה. ר’ קאפיל טוט זיך זיין ארבעט טאג טעגליך, נשים קומען און גייען, רעדן מיט אים זיך דורך, ער קוקט זיי דירעקט אין די אויגן, שמייכלט צו זיי, גיט אפילו איבער פון האנט צו האנט, נאר וועגן א זינד? טפו! וועגן דעם זאלט איר מיט ר’ קאפל’ען נישט רעדן. ס’איבלט אים אזא געדאנק. מיינען טאקע מענטשן אז ביי ר’ קאפל’ען איז שלום אין אלע ביינער, נישטא קיין מלחמת היצר, נישטא קיין נסיונות. נו מילא, מענטשן מיינען, הייסט דאס אז זיי מיינען גוט? געווענליך נישט.
נו גוט, די גמרא זאגט טאקע “כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו”. דאס איז אבער נישט קיין כלל אויף אלע מיני יצר’ס, נאר טאקע אויף דעם “גדול’שן” יצר, דעם יצר פון א ווייכן מענטש וועלכער איז נאכנישט פארגרעבט געווארן פון די הבלי העולם. וואס שייך אבער אנדערע יצר’ס, קען אמאל זיין פארקערט. ר’ קאפל האט זיך זיינע תאוות, וועגן וועלכער דער גדול ווייסט נישט צו זאגן. און אט דאס איז ר’ קאפלס תאווה, אז ס’קומט תשעה-באב, נעמט אים ציען צו דער גמרא, עלעהיי ער וואלט אן איר נישט געקענט א טאג איבערקומען. ס’ציט אים אזוי לאנג און אזוי ברייט, ר’ קאפל נעמט שוין אפט די גמרא אין דער האנט, ער וויל זיך נעמען לערנען, נאר מיט די שטערקסטע כוחות האלט ער זיך איין. ער קוקט אויפ’ן ספר, ער דרייט עס פון זייט צו זייט, לייגט עס איבער פון האנט צו האנט, גלאצט אויס אויף די אותיות, קושט די ווערטער, נאר ער וואגט זיך נישט אפצולערנען אפילו א שורה. טאקע א פראסטער איד, א רעדער סוחר, נאר דאך א ירא-שמים.
איז אבער דער שטן נישט קיין נאר, דארט וואו א איד ווערט זיך מיט אים, וויל ער אים דוקא שטרויכלען מיט אלע כוחות, ווענדט ער אן אויף ר’ קאפל’ען כל-ערליי תחבולות. זעט זיך אים ר’ קאפל’ען בחוש ווי די משניות בעט זיך ביי אים, הלמאי יעדן טאג זיצן די אידן אין די בתי מדרשים, די בענק זענען אנגעפילט מיט בני-תורה, ווער מיט א גמרא, ווער מיט א משניות, און א ליכט שטראלט אין אלע עולמות. דער רבונו של עולם איז נהנה ווען אידישע קינדער לערנען, און די תורה אליין קרוינט זיך מיט די ווערטער וואס קומען ארויס פון מויל פון אידן. קומט אבער אזא טאג ווי תשעה באב, פוסטעווען די משניות’לעך, די גמרות, און אלע גוטע ספרים, ווי גלייך כלל ישראל וואלט חלילה אפ’געשמד’ט זיך. איז דערפאר טרויעריג אין אלע עולמות, ס’איז פינסטער, פארצויגן די פירהענג איבער אלע זיבן הימלען. כאפט זיך ר’ קאפל ביים קאפ, היתכן טאקע? נישט גענוג וואס כביכול האט שאדן געהאט מיטן חורבן פונעם בית המקדש אין דעם טאג, גייען אידן און האלטן נאך אפ דאס ביסל תורה, דאס לעצט ביסל וואס איז דעם כביכול פארבליבן אויף דער וועלט?
כאפט אים ר’ קאפל’ען אן א שיכור’ע התלהבות, ער אנטלויפט אין בית המדרש, אין סאמע מיטן פון א תשעה באב נאכט. דער עולם האט קוים פארענדיגט זאגן איכה, א גרופע אידן זיצן נאך אין דער זייט און לערנען מדרש איכה. דאס וויינענדיגע קול פונעם מגיד שיעור האט צעשפרייט א מרה-שחורה אין דער פינסטערער, קוים באלויכטענער תשעה-באב שול. ר’ קאפל לויפט אריין, כאפט ארויס א משניות ברכות פון דער שאפע, עפעס אנדערש האט ער מורא געהאט אז ער וועט זיך פארפלאנטערן אינמיטן לערנען, ער מישט אויף דעם ערשטן פרק “מאימתי”, און א זיס משניות ניגונ’דל נעמט אפהילכן איבערן בית-מדרש.
אין שול איז געווארן אן איבערקערעניש, דער עולם האט נישט געוואלט צוהערן זיין לערנען ס’זאל נישט פאררעכנט ווערן ווי א שומע כעונה, און זיי אליין פארשריבן ווערן ווי אן עבירה. האט מען מוחה געווען קעגן ר’ קאפל’ען, נאר אים האט עס נישט געקימערט, מיט יעדער מחאה איז נאר די התלהבות אין זיין לערנען שטערקער געווארן, און די מחלוקת פון רבן גמליאל מיט די חכמים האט ביי אים באקומען דעם זיסטן טעם. “רבן גמליאל”, האט ער געזאגט מיט ליבשאפט, “איך וואלט דיר א שטערנדל פון הימל געשענקט”. ווי שיין איז די תורה ווען ס’איז נאר ביי איינעם אין דער הענט. משל למה הדבר דומה, צו א גאס וועלכע ווירבלט א גאנצן טאג מיט מענטשן, און אמאל קומט א שטורעם, אלע בלייבן אין די שטובער, און נאר איינער שפאנט אויף דער גאס, שרעקט זיך נישט פון קיין סכנה, און ער שפאנט און שפאנט… מאלט זיך אים אז די גאס געהערט נאר אים.
דעם שטן איז עס, פארשטייט זיך, געווען א געווינס. טאקע א פשוט’ער איד, נישט קיין פעט פישל, אבער מ’קען גארנישט אוועקמאכן. פרוטה לפרוטה מצטרפת, אז א מענטש האט געטון איין עבירה, וועט ער טון נאך איינס, דאס מאל שוין א גרעסערע, און דערנאך וועט קומען נאך א גרעסערע, און אזוי ווייטער. מילא קיין גרויסע פייערונג האט דער שטן נישט געמאכט פון דעם, אבער א שטיקל לחיים האט ער דאך געלאזט צוזאמרופן.
צוגעגרייט צום איבערבייסן האט געדארפט א קליינער אונטער-שמש, א בן אחר בן פינף דורות פון דער רעביצין לילית. געבוירן איז דער אונטער שמש דורך א מעשה שהיה, ס’וועט אבער צו לאנג זיין צו דערציילן עס יעצט. יעדנפאלס נישט פון קיין מצוה, דאס קענט איר זיך אוודאי פארשטעלן. דער עיקר איז וואס ס’איז אריבער א שעה, און צוויי און דריי, דער טיש איז נישט געדעקט געווארן און דער אונטער-שמש איז ווי פארשוואונדן. שטעלט זיך ארויס אז מ’איז אין הימל גאר צופרידן פון ר’ קאפלען און זיין תמימות, האט מען דעם אונטער-שמש דערפאר באזייטיגט. די עבירות פונעם צדיק זענען נישט ווי די עבירות פון די פשוט’ע, און די מצוות קומט אויס זענען אויך אמאל נישט די זעלבע.
פארשטייט נישט דער שטן. ס’טייטש? אידן זינדיגן, ער מוטשעט זיך אויף דעם אזוי שווער, און מ’שרייבט עס גאר צו אויף דער גוטער זייט? פארוואס? פארווען? האט דער שטן געהאט דערפון גרויס חלישות הדעת, אבער אין הימל איז דאס אנגענומען פאר ריכטיג, אז פונקט ווי דער שטן צעמישט מענטשן צווישן מצוות און עבירות, אזוי זאל אים אליין אויך נישט קלאר זיין וואס ס’געהערט צו מצוה און וואס צו עבירה…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.