דער טעם פון יום-טוב אנטלויפט נישט פונעם הארץ. זייענדיג א קינד, עטליכע וואכן פאר יום-טוב, קוים האט מען דערמאנט אז ס’קומט למשל פסח, האבן מיר שוין די מצות געגריזשעט אין בויך, די געדעקטע גלאנציגע טישן מיט כל-ערליי זילבער, דעם טאטנ’ס ווייסער קיטל, דאס אלעס איז אויפגעשווימען אויפ’ן הארץ מיט קינדישן עקסטאז. דאס זעלבע פאר שבועות, סוכות אדער אפילו ל”ג בעומר. מילא ל”ג בעומר, קלערט איר אודאי, איז נישט מער ווי א פשוט’ער יום-טוב, א וואכעדיגער, נאר ווי פשוט עס איז, איז עס אינעם קינדישן מוח פארגעקומען ווי א געעשעניש פון גאר א ספעציעלן מין. עטליכע וואכן פארדעם און נאכדעם אן א טראפעלע מוזיק, איז ל”ג בעומר געקומען ווי א משיח אין סאמע מיטן פון א צרה. ווי א ספירה’דיגן אינזל האב איך דעם יום-טוב געוואונטשן אייביגקייט. קיין צייט צו זעטיגן זיך מיט מוזיק איז נישטא, ביז פאר וואס ווען איז שוין די זון אונטערגעגאנגען און די מוטיגע מוזיק’לאזע טעג זענען ווידער אריין אין קראפט.
אז איך בין עלטער געווארן האב איך מער די צרה נישט געקענט פארנעמען, און איך האב אמאל בגניבה געלאזט זיך הערן מוזיק אפילו אינמיטן ספירה. דאס “געגנב’עט שטיקל ברויט” האט אפנים געהאט נאך מער טעם ווי חמץ מוצאי פסח. יעדער ריר פון דער מוזיק, יעדער קלאפ פונעם פויק האט אין מיין נשמה טיף אריינגעדרונגען. קיין איינציג תנועה’לע האב איך נישט געקענט פארפאסן, ענליך צו אן אויסגעהונגערטן וואס האט זיך דערטאפט צו א שטיקל חלה. שוין וואס טויג דערמאנען אייגענע זינד? איר ווייסט דאך א מענטש איז נישט מער ווי מענטש, א זעקל בלוט און פלייש, אביסל יצר אינדערצווישן, נו אז מ’פאלט דורך וועט גאט אודאי מוחל זיין.
געדענק איך אזא עפיזאד פון דער ישיבה וואו איך האב געלערנט אין ארץ-ישראל. מיט מיר אין צימער איז געשלאפן א צפת’ער בחור, א זעלטענע פיגור אין דער ישיבה. קומענדיג צו אונז אין צימער האבן מיר, די איבריגע אינעם צימער, גענוצט קעגן אים דאס ווערטל, “גאט זאל אונז באהיטן פון פייער און פון וואסער, פון טבריַה’נער און פון צפת’ער…” קען זיין, אז ער איז גאר געווען דער ערשטער אונז עס אויסצולערנען, נאר ער האט יעדנפאלס געשטימט מיטן ווערטל. לאנגע פיאות האבן אים אראפגעהאנגען הינטער די אויערן, א פארשטויבט קאפל אויפ’ן קאפ, דאס אידיש איז אים געווען געבראכן ווי ביי א ציגאנער די ציין, און כאטש ווי שטארק מיר האבן אים ליב געהאט איז ער אפט געווען מאדנע, כאטש אין אונזערע אויגן. איך ווייס נישט ווי די אנדערע האבן זיך מיט אים באנומען, נאר איך האב אין אים געזען אן אויפריכטיגן מענטש, גוטהארציג און אפילו קלוג, וואס האט מיך שטארק איבערגענומען. עווענטועל האט זיך צווישן אונז צעוואקסן א שטארקע פריינדשאפט, וואס האט צו מיין ווייטאג זיך איבערגעריסן ווען מיר זענען אוועק פון דער ישיבה נאך א פאר יאר.
מוזיק איז ביי דעם בחור געווען ווי אן איינגעבוירענער ענין, און אויב איך האב קיין טעות נישט איז ער גאר געווען א כלי-זמר בן בנן של כלי-זמרים. א קלארינעט האט ער זיך מיטגעברענגט אין דער ישיבה, וועלכער האט אגב פארטויבט די אויערן פון דער גאנצער סביבה. אומזיסט געווען זיך איינצובעטן ביי אים אז ער זאל אביסל נאכלאזן. ער האט אויסגעבלאזן א ליד נאך א ליד און ווער ס’האט געוואלט שלאפן אין א גרינעם נאכמיטאג האט במחילה געמוזט נעמען א צימער גענוג ווייט פון זיינעם. אמת, ס’האט נישט ווייניג ישיבה-בחורים ארויסגעברענגט פון די כלים, נאר ווער ס’האט געקענט זיין נשמה האט געמוזט דאס טאלערירן.
געקומען איז ספירה, מוזיק טאר מען מער נישט הערן אפילו פון רעקארדירונגען, איז דאך א כל-שכן אז אן אמת’ער קלארינעט, א כלי-זמר טאקע במציאות, איז נאך מער פון סתם אסור. נאר וואס מיינט איר? גאט איז א גאט, פאטער איז פאטער, ספירה איז ספירה, נאר ווי שטייט אין פסוק? ויחצצרו במחצצרים! נישט מעגליך געווען אים ארויסצורייסן די כלי פון מויל. בחורים זענען אריין איינער נאכן אנדערן. דער האט באשייגעצט, דער האט באזידלט, דער דריטער האט זיך שוין גערישט אפצודרוקן פאשקעווילן אנצוקלעבן אויף זיינע חפצים, נאר ביי אים האט זיך קיין זאך נישט גערירט. אמאל האט ער מהיכי-תיתי אפגעשטעלט זיך אביסל, אויס דרך-ארץ נישט צו איגנארירן די הייסע מחאות’לעך וועלכע האבן יעדע מינוט געקענט פארוואנדלט ווערן אין א הפגנה נוסח מאה-שערים, נאר אז ער האט געזען אז ס’איז רואיגער געווארן איז ער באלד צוריק צו די קנעפלעך און די בלאזערייען.
וואס מיט אים איז געווארן ווייס איך נישט, נאר איך שטעל מיר פאר אז ער וועט אמאל מיר אויפשווימען אויף א רעקלאמע ווי “דער צפת’ער מוזיקאנט”, אדער וועל איך אים אפשר אמאל טרעפן צווישן די כלי-זמר אויף א שמחה, אויב גאט וועט געבן און איך וועל נאך אמאל טרעטן אויף ישראל’דיגער ערד. דערווייל, ווען ס’קומען די ספירה-טעג קומט ער מיר תמיד אויף אינעם מוח. א סברא אז ווען גאט האט גע’אסר’ט דאס שפילן מוזיק אין ספירה, האט ער אזעלכע נישט געמיינט. און אויב יא, וועט ער אים אוודאי מוחל זיין. איר ווייסט דאך, א מענטש איז נישט מער ווי מענטש, א זעקל בלוט און פלייש, אביסל יצר אינצווישן, וועט גאט אוודאי אזעלכע זינד אונז מוחל זיין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.